פרייטאג פ' בהר • ט"ז אייר תשפ"ד | בחצרות הקודש
דעם מיטוואך אויפדערנאכט האט כ''ק האדמו''ר מסערט וויז'ניץ שליט''א מעריך געוועהן שולחנו הטהור לכבוד פסח שני, ספעציעל געאייגנט פאר די נגידים ותומכים פונעם מפעל קמחא דפסחא פון די קהילה, אזוי אויך זענען געלאדענט געווארן די צענדליגע מנגנים חברי הקאפעליע וואס זענען זוכה לכבד את ד' מגרונם און זענען עולה על הדוכן ביי די מעמדים אין מאורעות בחצר הקודש סערט וויז'ניץ.
עס איז פארגעקומען אין די 'תפארת' זאל אין רמת וויז'ניץ חיפה, בשעת די מעמד האט די רבי מכבד געוועהן די מנגנים צו זינגען פארשידענע אלטע וויזניצער ניוגנים אין ניגוי חג הפסח, וואו די משוררים אין שפיץ פונעם ראש הקאפעליע הרב חיים באנעט האבן מהנה געוועהן די משתתפים בשירה וזמרה לכבוד המאורע.
Comentarios