top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

למען כבוד הצדיקים: רענאוואציע ארבעט ביים בית עלמין אין קאצק פולין אויפן אינציאטיוו פון האד' מגור

מיטוואך פ' שלח • כ' סיון תשפ"ד | בחצרות הקודש

 

אין די טעג האט כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א ארויסגעשיקט הרה"ח ר' שלמה קאפאלאוויטש הי"ו צום שטאט ווארשא אין פולין וואו עס איז אויפן איציאטיוו פונעם רבי'ן שליט"א רענאווירט געווארן דעם ציון הק' פון זקינו הרה"ק רבי יעקב אריה מראדזימין זי"ע אהערשטעלנדיג א נייעם גרויסן אוהל אויפן ציון, די וואך האט די רבי שליט"א פארבעטן פון ר' שלמה ער זאל אויך פארן קיין קאצק, דער וויגעלע-שטאט פון די הייליגע גורע דינאסטיע, און זיך אפגעבן מיטן בית עלמין וואו עס איז מקום מנוחתם פונעם הייליגן קאצקער רבי'ן זי"ע וצאצאיו הק', דער בית החיים געפינט זיך אין גאר א נאכגעלאזטן מצב אין דארף זאפארט ווערן איבערגעפרישט, למען כבוד קדושתו ולזכרו של אותו צדיק וקדוש, פועל ישועות בקרב הארץ.


אלס ערשטע שטאפל אין דעם פראיעקט איז אפגעהאלטן געווארן א זיצונג מיט די מעיאר פון שטאט קאצק וואו מען האט פארגעלייגט די פלענער איבערצופרישן דעם גאנצן שטח הבית החיים און איר ארומנעמען מיט א דויערהאפטיגע נייע גדר, אפצוהיטן אויפ'ן כבוד וקדושת המקום, צוריקברענגענדיג א מנוחה נכונה ונייחא לנשמתם פון די קדושים בארץ החיים. ביים אסיפה זענען אויך געוועהן אנוועזנד די ראשי העסקנים בחצר הקודש גור הרב חנוך זייברט הי"ו די מעיאר פון שטאט בני ברק, און העסקן ר' יהודה מארגנשטערן הי"ו וואס איז אליין א קאצקער אייניקל.

Comments


bottom of page