זונטאג פ' בלק • ח' תמוז תשפ"ד | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: שמוליק קורלנסקי
דעם מאנטאג (חקת) איז כקש"ת הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א ערשינען אויף א באזוך אין שטאט בית שמש, וואו דער רב שליט"א האט באשיינט די מעמד חנוכת הבית פארן נייעם ביהמ"ד 'משכן שלמה' דחסידי ברסלב אינעם קריה החרדית, וואס איז אין די טעג פולקאם פארענדיגט געווארן כלול בהדרו ובמראה יפיו בנדבת לבו פון הרבני הנגיד ר' שלמה פערל הי"ו פון ניו יארק.
הרה"צ רבי יעקב מאיר שליט"א איז ענטפאנגען געווארן מיט גרויס התרגשות דורך די פילע מתפללי הבית מדרש לקול תרועת הזמר, און מיטגעהאלטן די מעמד פאר א משך זמן בשירות ותשבחות לקל חי לכבוד דעם פריידיגן מאמענט, ווען אינצווישן האט דער רב זעלבסט אנגעהויבן און פארגעזינגען ניגוני שמחה און מעודד געווען די ניגונים, דאן האט מען געהערט דברות קודש איבער די גרויסקייט פון מחנך זיין א בית מקדש מעט לה' ולתורתו בדרך הסלולה במשנתו הטהורה פון הרה"ק רבי נחמן מברסלב זי"ע, צום שלוס האט דער רב שליט"א מאציל געווען מברכות קדשו לרוב פארן חשובן נדבן ובני משפחתו און זיך צוריק געקערט למעון קדשו אין עיה"ק ירושלים.
Comments