אשת חבר: נפטר געווארן הרבנית וויינבערגער ע"ה אלמנת הגה"צ גאב"ד טשאבא זצ"ל
- Bechatzros admin
- 27 באפר׳
- זמן קריאה 1 דקות
זונטאג פרשת טהרה • כ"ט ניסן תשפ"ה | בחצרות הקודש

ברוך דיין האמת: פון ירושלים קומט אן די בשורה איבער די פטירה פון הרבנית הצדקנית מרת חיה מרים וויינבערגער ע"ה, אלמנת הגה"צ גאב"ד טשאבא זצ"ל בעל ברכת שלום, וואס איז נפטר געווארן אין עלטער פון 84 יאהר
די חשובע נפטרת איז געווען א טאכטער פון הגאון החסיד רבי דוד יוסף אונגאר זצ"ל בעמח"ס קרית דוד, וואס האט געצויגן א הערליכע יחוס צו גדולי תלמידי החתם סופר, בהגיעה לפרקה האט זי חתונה געהאט מיט איר גרויסן מאן הגה"צ רבי שלום משולם וויינבערגער זצ"ל גאב"ד טשאבא ירושלים בעל ברכת שלום א אייניקל פונעם טשאבא רב הגה"צ המפורסם רבי שרגא שמואל שניטצלער זצ"ל, וואס איז נפטר געווארן מיט צען יאהר צוריק בשנת תשע"ה.
די חשובע רעבעצין ע"ה האט געהאט די זכיה אוועקצושטעלן איר שיינעם שטוב, זרע ברך ה', בנין וחתנין רבנן, בנה יחידה הגה"צ רבי יצחק יעקב וויינבערגער אב"ד טשאבא איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מאנטניא שליט"א, און די חשובע איידימער הרה"צ רבי חיים שלמה הורוביץ פאטער פון כ"ק אדמו"ר מקאליב שליט"א, הרה"צ רבי ברוך ברזובסקי ראש כולל אמרי נועם זון פון כ"ק אדמו"ר מסלונים שליט"א, הרה"צ המשפיע רבי נחמן בידרמאן שליט"א מלעלוב, הרה"צ רבי מנחם מענדל זאלמנאוויטש אב"ד עכו, און הרה"ג ר' בעריש בראנדער שליט"א אייניקל פון הגה"צ רבי שלום בראנדער זצ"ל ראש ישיבת בעלזא. צווישן אירע ברודער ציילט זיך די בארימטע מלחין לבית וויזניץ הרב יצחק אונגאר פון בני ברק.
די לויה גייט ארויס היינט 11:24 באנאכט פון ביהמ"ד עטרת שמואל טשאבא אויף רח' אליעזרוב אין די גוש שמונים געגענט אין ירושלים, אויפן וועג צום חלקת הרבנים אויפן הר המנוחות ווי זי וועט קומען לקבורה נעבן איר גרויסן מאן דער טשאבא רב זצ"ל.
תהא נשמתה צרורה בצרור החיים.







תגובות