top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הגה"צ רבי ארי' מרדכי ראבינאוויטש גאב"ד ד'קהל עדת יראים בודאפעסט באזוכט ביי האד' מפאפא

דאנערשטאג פ' שלח • כ"א סיון תשפ"ד | בחצרות הקודש

 

נעכטן מיטוואך איז אנגעקומאן אויף א באזוך ביי כ"ק אדמו"ר מפאפא שליט"א אין וויליאמסבורג, הגה"צ ר' ארי' מרדכי ראבינאוויטש שליט"א גאב"ד ד'קהל עדת יראים בודאפעסט וואס איז נישט לאנג צוריק אויפגענומען געווארן אלס רב אין די ארטאדאקסישע קהילה אין בודאפעסט אונגארן.


די רבי שליט"א האט זיך נאכגעפרעגט אביערן מצב היהדות דארט אין אנגארן, און די רב שליט"א האט אנגעפרעגט א רייע שאלות אין פארשידענע עניני הכלל, נאכן באזוך האט די רבי ווארעם אנגעוואונטשן דעם נייעם רב הצלחה און סייעתא דשמיא און ארויסבאגלייט בכבוד הראוי.



Opmerkingen


bottom of page