דאנערשטאג פ' חוקת • ה' תמוז תשפ"ד | בחצרות הקודש
א מיליטער פון הונדערטער בונים ומקימים חסידי תולדות אהרן רישן זיך מיט שפאנענדע עקסטאז צו די עלעגאנטע און מלכות'דיגע מעמד "המייסדים" וואס וועט אריינפירן אין שוואונג די פאקטישע בוי-ארבעט פונעם נייעם גיגאנטישן "מרכז העולמי" דחסידי תולדות אהרן אין ירושלים עיה"ק.
דאס קומט נאך איבער דריי יאר וואס עס ווערן געמאכט די העפטיגע הכנות אויף אלע פראנטן, ספעציעל מיט'ן שאפן די נויטיגע פערמיטן, ווען ענדליך האט מען עטליכע חדשים צוריק מצליח געווען צו שאפן אלע פערמיטן, געבנדיג דעם גרינעם ליכט צו קענען מנצח זיין על מלאכת בית ה' און אנהייבן אין א מזל'דיגע שעה די בוי ארבעט, ווען תיכף נאך די קומענדיגע ימים טובים חודש תשרי וועט מען איינווארפן דעם 'אלטן בנין', סותר על מנת לבנות, אויפצובויען דערויף דעם נייעם מאיעסטעטישן בנין האדיר.
דער 'אלטער בנין' שטייט באהאפטן צום נייעם בנין, וואס מ'האט געבויט מיט איבער צען יאר צוריק, ווען דער היכל ביהמ"ד הגדול איז דאן דראסטיש פארגרעסערט געווארן, און עס נעמט אריין אין זיך די חדרי התפלה, א מקוה, אסאך כיתות פאר די תלמוד תורה, א בית התבשיל פאר די ת"ת, און די אלטע שטיבל פונעם רבי'ן ז"ל, וואס דינט כהיום אלס ריזן "אוצר הספרים" פאר כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א, וואס באשטייט פון טויזנטער ספרי קודש סארטירט אין הונדערטער פאליצעס.
א הויפט טייל פון די הכנות צו קענען איינווארפן דעם אלטן בנין, נעמט אריין דאס זוכן פאסיגע מקומות אריבערצופירן אויף צייטווייליג, פאר א משך פון ארום דריי יאר, ווילאנג די בוי ארבעט איז געשאצט צו געדויערן. עטליכע וואכן צוריק האט מען שוין אנגעהויבן אריבערצופירן די טויזנטער ספרים פונעם רבינס אוצר הספרים, אין א נייעם אוצר וואס איז געווארן אהערגעשטעלט אינעם בנין ביהמ"ד הגדול, און דערווייל זוכט מען א פלאץ אריבערצופירן די ת"ת און אנדערע חלקים פונעם אלטן בנין, כדי אז מ'זאל קענען אויספירן די שטרעבונג אנצוהייבן מיט'ן איינווארפן דעם בנין תיכף נאך יו"ט.
מיט גרויס ברען זענען אלפי חסידי תולדות אהרן מאביליזירט צו ערמעגליכן דעם פראעיקט, אויף וואס יעדער קוקט אזוי ארויס, בשעת דער לחץ זו הדחק שפירט זיך אומגעהויער אויף טריט און שריט ביי די תפילות און טישן בצל הקודש.
דעם קומענדיגן זונטאג בלק לסדר "מה טובו אהליך יעקב", וועט אפגעראכטן ווערן דער מעמד אדיר "המייסדים", וואו עס וועלן זיך אנשלוסן עטליכע הונדערט חסידים אלס 'מייסדים', מיט'ן שאפן סכומים אדירים פאר'ן פראיעקט, מיט עטליכע קאטעגאריעס פון סכומים, 100 טויזנט שקל, 200 טויזנט, 400 טויזנט און א מיליאן שקל. דער מעמד נהדר וועט פארקומען מיט גרויס פראכט אין די רייכע "די סיטי" זאלן אין מעלה אדומים, וואו עס ווארט אפ א גייסטרייכער פראגראם, ווען אינעם הויכפונקט וועט מען זוכה זיין צו מקבל זיין את פני הקודש פון כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א וועלכער וועט אויפטרעטן מיט'ן משא המעמד וחובת השעה.
באזונדער קומט פאר דעם היינטיגן ליל שישי חקת א רייכע באנקעט אלס הכנה צום מעמד הגדול, אין שטוב פונעם איש חי ורב פעלים הרבני הנגיד ר' מרדכי קרויס מגדולי עסקני ונדבני הקהלה, בראשות פונעם רבי'ן שליט"א, וואו עס ווערט אויפ'ן פלאץ צאמגעשטעלט סכומים אדירים פאר'ן פראיעקט, דורך א קבוצה פון 26 נגידים וואס טוען ביישטייערן די פאנטאסטישע נדבה פון א "מיליאן דאלאר" פאר'ן גרויסן פראיעקט.
Comentarios