top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הרה"צ רבי מאיר איתמר ראזנבוים שליט"א בעל דרך אמונה ונשיא מפעל החסד לחמי מרדכי באזוכט אין ארץ ישראל

מוצאי שבת פ' פנחס • כ"א תמוז תשפ"ד | בחצרות הקודש

 

די וואך איז דער בארימטער משפיע הגה"צ רבי מאיר איתמר ראזנבוים שליט"א בעל 'דרך אמונה' אנגעקומען אויף א באזוך אין ארץ ישראל וואו ער האט אויסגענוצט די געלעגנהייט ארומצוגיין לבתי גדולי ישראל, אדמור"ים ורבנים מנהיגי קהילות הקודש און איבערגעגעבן א גריס מהנעשה והנשמע צווישן די ווענט פונעם מפעל החסד 'לחמי מרדכי' וואס שטייט בנשיאותו.


אין לויף פון די וואך האט הרה"צ רבי מאיר איתמר שליט"א באזוכט ביי די גדולי ישראל פון די חסידישע ליטווישע און ספרדישע קרייזן צוגלייך: ביים פעטער מרן אדמו"ר מוויז'ניץ שליט"א, כ"ק אדמו"ר ממכנובקא בעלזא שליט"א, המשגיח הגה"צ רבי דן סגל שליט"א, און הגאון רבי ראובן אלבז ראש מוסדות אור החיים, וואו די חשובע רבנים האבן אלע פה אחד אויסגעדרוקט זייער התפעלות פון די געוואלדיגע חסד רעוואלוציע צו דערפרייען הונדערטער אלמנות און יתומים בדרך כבוד, און מעודד געווען און מחזק געווען דער משפיע ואתו עמו די חשובע עסקנים פונעם מפעל לחמי מרדכי ווייטער אנצוגיין מיט די געוואלדיגע עבודת הקודש ביתר שאת וביתר עוז. אזוי אויך האט דער משפיע געוויזן א דוגמה ספרו החדש 'דרך אמונה' אויף מועדים וואס וועט אין די נאנטע חדשים ערשיינען לאור עולם.


באזונדער האט הרה"צ רבי מאיר איתמר שליט"א אפגעהאלטן א באזוך אין די הויפטקווארטירן פונעם מפעל החסד 'לחמי מרדכי' אין שטאט בית שמש וואו עס איז אפגעראכטן געווארן א מעמד קבלת פנים לכבודו. זייענדיג אין ארץ ישראל האט זיך דער משפיע משתתף געוועהן ביים חתונה הגדולה בשמחת בית וויז'ניץ - ספינקא - ברעזשאן - אולם און אויך מנחם אבל געוועהן ביי הגה"צ רבי ישראל דוד שלעזינגער אבד"ק שערי התפילה מאנסי - מעמודי החסד בדורנו נאך די פטירה פון אמו הרבנית.




Comments


bottom of page