top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

צווישן קאסוב און וויז'ניץ • שיינעם שבת אין פארסייט באנגעלא קאלאני מיט האדמור"ים מקאסוב וויז'ניץ און קאסוב

מאנטאג פ' דברים • א' אב תשפ"ד | בחצרות הקודש‎

 

פארלאפענעם שבת קודש מטות מסעי מברכים החודש מנחם אב, האבן די תושבים פון די פארסייט באנגעלא קאלאני אין מאנטיסעלא מיטגעהאלטן א שיינעם שבת בצל הקודש פונעם נשיא המחנה כ"ק אדמו"ר מקאסוב וויזניץ שליט"א וואס וויילט יאהר יערלעך אין די זומער וואכן אין מאנטיסעלא, און האט איינגעלאדענט אויף שבת דעם אורח הרם שאר בשרו כ"ק אדמו"ר מהרי"ש מקאסוב שליט"א בנו הגדול פון ידיד נפשו רבות בשנים כ"ק אדמו"ר מקאסוב זצוק"ל, צו קומען פראווען א שבת קודש בצוותא חדא.


דער קאסוב'ער רבי שליט"א איז אנגעקומען ערב שבת קודש ווערנדיג אויפגענומען ביותרת הכבוד, ביים דאווענען ליל שבת האט דער קאסוב וויזניצער רבי שליט"א האט מכבד געווען דעם קאסוב'ער רבי'ן שליט"א מיט קבלת שבת. דער שולחן הטהור איז געפראוועט געווארן דורך ביידע רבי'ס אינאיינעם בביתו נאוה קודש פון קאסוב וויזניצער רבי'ן שליט"א, דעם שולחן הטהור איז געווארן מיטגעהאלטן דורך א שיינעם ציבור מתושבי המחנה, דער קאסוב'ער רבי שליט"א האט געזאגט תורה און פארגעזינגען די זמירות, און דערנאך נתכבד געווארן מיו ברכת המזון על הכוס.


שבת אינדערפרי זענען די רבי'ס אריינגעקומען צו תפלות יום שבת קודש אין גרויסן בית המדרש בתוככי המחנה, ביים ליינען האט דער קאסובער רבי שליט"א עולה געוועהן מפטיר און דערנאך געבענטשט ראש חודש און געדאוונט מוסף פארן עמוד, נאכן דאווענען איז דער גאנצער ציבור אריבער זאגן גוט שבת פאר די אדמורי"ם שליט"א.


כמעשהו בראשונה האבן די אדמור"ים שליט"א אפגעראכטן די סעודת צפרא דשבתא אינאיינעם, און דער קאסוב וויזניצער רבי שליט"א האט משמיע געווען דברי תורה. שבת נאכמיטאג ביים פרקי אבות שיעור האט כ"ק אדמו"ר מקאסוב וויז'ניץ שליט"א באגריסט דעם חשוב'ן גאסט, און א לענגערע צייט מעלה געוועהן זכרונות פון זיין ידידות און נאנטע קשר מיט כ"ק אדמו"ר מקאסוב זצוק"ל, באגלייט מיט וואונדערליכע שטריכן פון דעם צדיק ונצר לבית וויזניץ - קאסוב.


ביי שלש סעודות האט דער קאסוב וויזניצער רבי שליט"א מכבד געווען דעם קאסובער רבי'ן שליט"א פארצוזינגען די זמירות בעידן רעוא דרעוין, באלד נאך מעריב האבן די רבי'ס געמאכט הבדלה בזה אחר זה, און דער ציבור איז אריבער וואונטשן א גוטע וואך. מוצאי שבת האבן זיך די רבי'ס איינגעשפארט ביחידות במשך א לענגערע וויילע, ווען דערנאך האט דער קאסוב וויזניצער רבי שליט"א ארויסבאגלייט דעם קאסובער רבי'ן שליט"א ביז צו זיין אכסניא, ונפרדו לשלום.





Comments


bottom of page