top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

רוח הקודש הופיע בבית מדרשו: אפענע אויגן פון האד' ממבקשי אמונה בעפאר איראן'ס פרעזידענט טויט

דינסטאג פ' בהר • י"ג אייר תשפ"ד | בחצרות הקודש


ורוח הקודש הופיע בבית מדרשו, גאר וואונדערליכע דיבורים זענען געהערט געווארן דעם שבת קודש דורך כ"ק אדמו"ר ממבקשי אמונה שליט"א וועלכער האט געפראוועט שבת אין שטאט נתיבות אין דרום ארץ ישראל, ווי זיין שטייגער די לעצטע דרייסיג יאהר ארומצופארן לאורכו ולרחבו ארום גאנץ ארץ ישראל און אויך קיין חוץ לארץ צו מקרב זיין אידן צום אייבישטער, א קבלה טובה וואס די רבי האט זיך אונטערגענימען מיט צוואנציג יאהר צוריק ווארטנדיג אויף זרע של קיימא, און טוט אנהאלטן דעם הייליגן מיסיע מידי שבת בשבתו מיט מסירת נפש, יעדע שבת אין א אנדערע שטאט אדער דארף אריינצוברענגען א רוח קדושה אין די עצמות יבשות.


פארלאפענע וואך האט די רבי שליט"א ווי געזאגט אפגערייזט אויף שבת צום שטאט נתיבות, קורץ בעפאר שבת האט די רבי אפגעהאלטן א טעלעפאנישע געשפרעך מיט הגאון רבי עמנואל כהן צדק שליט"א מיוצאי איראן וועלעכע האט ארויפגעברענגט אויף די ליניע די הויפט רב פון איראן הרב יהודה גראמי שליט"א, וועלכע האט מזכיר געווען ביים רבי'ן שליט"א די ביטערע גורל פון הבחור נתנאל ארווין בן סופיה וואס עס דרויעט איהם ליידער טויט שטראף.


די רבי איז געווארן גאר אויפגעשוידערט הערנדיג פון די ביטערע צרה, און געזאגט אז ער געבט אוועק די גאנצע זכות פון די שבת קודש, אלע הרהורי תשובה און התעוררת, אלע מעשים טובים וואס וועלן ארויסקומען פון די דערהויבענע שבת, אלעס זאל זיין לזכותו פון דעם בחור ער זאל געראטעוועט ווערן ממות לחיים בעז"ה.


בעפאר קבלת שבת, פארנט פון די הונדערטער פארזאמעלטע אידן פון אלע סארטן האט די רבי שליט"א מיטגעטיילט מיטן ציבור די ביטערע צרה וואס שוועבט אויף דעם איד אין איראן, די רבי שליט"א האט געבעטן דער עולם זיך צו מקבל זיין קבלת טובות לזכותו, אויך שבת ביינאכט ביי די סעודה דחקל דפוחין קדישין האט די רבי שליט"א עטליכע מאל דערמאנט איבער די בחור וואס דארף א ישועה.


די הויעכפונקט איז געקומען בעפאר מען האט געזינגען קה אכסוף, ווען די רבי שליט"א האט ארומגערעדט און פארציילט פון די גרויסע כח פון דעם הייליגן זמר וואס איז מיוחס צום הייליגן צדיק רבי אהרן הגדול פון קארלין זי"ע און איז מסוגל צו פועלן ישועות למעלה מדרך הטבע, די רבי שליט"א האט זיך צוקאכט בהתלהבות אש און אויסגעשריגן מנהמת לבו הטהור אז מען זאל חלילה נישט צולאזן אזא ביטערע גזירה אז א איד זאל געהארגעט ווערן, די רבי האט געזאגט אז מען זאל אינאיינעם זינגען צען מאל ויהי רחמיך מתגוללים און דורכדעם מעורר זיין רחמים וחסדים אז די גזר דין מות זאל אריבערגיין אויף די עמלקים מזרע המן, די הויפטן פון איראן.


פארן זינגען האט די רבי אינאיינעם מיט די פארזאמלטע אויסגעשריגן בקול רם, "די גזירה אויף די בחור נתנאל איווין בן סופיה זאל אריבערגיין אויף די נשיא פון איראן, ער און זיינע שותפים זאלן געהארגעט ווערן אנשטאט די בחור". דערנאך האט די ציבור איבערגעזינגען דעם 'ויהי רחמיך מתגוללים' איינמאל און נאכמאלא מיט א געוואלדיגן התעוררות, גאנצע צען מאל אין א צוה, ווען מען האט געענדיגט האט די רבי געזאגט אז מען דארף נאך צוויי מאל זינגען צו מבטל זיין די גזירה.


נאכן זינגען האט די רבי שליט"א מיטן גאנצן ציבור הנאספים נאכאמאל אויסגעשריגן אז עס זאל זיין ונהפוך הוא און די טויט שטראף זאל אריבערגיין צו די נשיא פון איראן און זיינע נאנטע, וואונדער ביי וואונדער איז טאקע נאך שבת אנגעקומען די צוויי גוטע בשורות, אז די משפט איז געווארן אפגעשטופט, כן יעזור ה' הלאה און אז די איראנע פרעזידענט האט טאקע איינגענימען א מיתה משונה.


כן יאבדו כל אויביך ה'.

1 commentaire


חזקי
22 mai

הפלא ופלא!

J'aime
bottom of page