מיטוואך פ' קרח • כ"ז סיון תשפ"ד | בחצרות הקודש
ככלות השבעה להסתלקותו פון מרן המשגיח הגה"צ רבי משה וואלפסאן זצ"ל אבד"ק אמונת ישראל איז אפגעהאלטן געווארן אן עצרת הספד והתעוררות אין גרויסן סקווירא ביהמ"ד אויף רח' בר גיורא אין ירושלים, וואו א גרויסן ציבור האט זיך פארזאמלט צו קלאגן און באוויינען די גרויסע אבידה. עס האבן מספיד געוועהן גדולי התורה ומאורי החסידות: כ"ק אדמו"ר ממודזיץ שליט"א, המשפיע הגה"צ רבי צבי מאיר זילבערבערג ראש חבורת נחלת יעקב, מגיד מישרים הרה"ג ר' שמעון שפיצער, הרה"ג רבי יעקב יוסף גאלדמינצער דומ"ץ סקווירא ירושלים און נאך.
Comments