top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ביקור חיזוק פון מרן פוסק הדור שליט"א אין ישיבת אור אלחנן ביומא דהילולא פון הגאון ר' אלחנן וואסערמאן זצ"ל הי"ד

דאנערשטאג פ' בלק • י"ב תמוז תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: אלי סגל

 

שטייענדיג ביים דריי און אכציגסטן יארצייט פון גאון ישראל וקדושו מרן הגאון רבי אלחנן וואסערמאן זצ"ל וואס איז ליידער אומגעברענגט געווארן ביים ביטערן צווייטן וועלט קריג, האט מרן פוסק הדור הגאון האדיר רבי משה שטערנבוך שליט"א נעכטן - אין טאג פונעם יארצייט באזוכט אין ישיבת אור אלחנן לשמו ולזכרו פונעם בעל ההילולא און איבערגעגעבן א ווארימע דרשת חיזוק במשנתו פונעם גרויסן גאון וואס דער פוסק הדור האט נאך זוכה געווען צו קענען, און איז נאך פון די פארבליבענע יחידי סגולה וואס האבן זוכה געווען צו זען און שעפן הדרכה פונעם בעל הילולא אין די צייט וואס רבי אלחנן האט זיך אויפגעהאלטן אין לאנדאן הבירה ביי זיינע עלטערן.


ביים דרשת חיזוק האט דער פוסק הדור אויפגעפרישט פונעם זכרון עובדות און הנהגות פון מורו ורבו און דערביי אריינגעברענגט אין די בחורי חמד א געוואלדיגער שאיפה צו שטייגן און אויסוואקסן גדולי עולם א שטייגער ווי הגאון רבי אלחנן.


ביים סוף פונעם דרשה האט די פוסק הדור דערמאנט די געפערליכן מצב וואס מען געפינט זיך מיטן גזירה פון גיוס בני הישיבות און דערביי פראקלאמירט אז "מיר זענען גרייט פאר מסירות נפש" אזוי מען האט געזען ביי רבי אלחנן ווי עס האט געברענט אין אים אן אש דקדושה און האט נישט געקענט שווייגן ווען עס איז געקומען צו א מצב פון חילול ה', דאס זעלביגע זענען מיר מחויב פאר מסירות נפש אפי' זיי האבן שוין אנגעהויבן צו רופן בחורים צום טמנא'נעם מיליטער.


דער פוסק הדור האט דערביי ארויסדעברענגט ווי מען זעט אז טראץ וואס אין אלע אנדערע לענדער איז פארהאן דעמאקראטיע זענען די רשעים כים נגרש וואס האלטן מלחמה אויף אלע פראנטן אריינצושלעפן די בחורים אין מיליטער און זיי חלילה מעביר זיין על הדת. און דאס זעלבע זענען מיר אן עם קשה עורף וואס וועלן בשום אין פנים ואופן זיך לאזן בייגן צו זייערע מאטיוון.


ביים ענדע פון די דרשה האט דער פוסק הדור געליינט קוויטלעך מיט די נעמען פון די בחורים וואס נוטיגן זיך אין א שידוך און דערביי אנגעוואונטשן אלע בחורים אז זיי זאלן געפינען זייער באשערטע. נאכן געהויבענעם ביקור האבן די בני הישיבה ארויסבאגלייט דעם פוסק הדור ביז צום אויטא זייענדיג ארומגענומען מיט אויסטעלישע פרייד האבנדיג די זכי' צו הערן פונעם שריד לדור דעה, פון די דורות הקודמים.




Comentarios


bottom of page