מאנטאג לך לך • ג' חשון תשפ"ה | בחצרות הקודש
נעכטן זונטאג נאכט איז כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א ערשינען אינעם נייעם פרעכטיגן היכל הגדול והחדש "היכל אלטר יחזקאל" אין ביהמ"ד הגדול דק"ק סאטמאר קרית יואל, וואו עס האט זיך היינט אנגעהויבן די סדרי הלימודים פון נייעם זמן החורף אין בארימטע "כולל סאטמאר קרית יואל" מיט אירע העכער 600 לומדי תורה.
די העכער 600 לומדי תורה האבן נעכטן אנגעהויבן די לימודים מיט א פרייליכן התחדשות אין נייעם גיגאנטישן איבערגעפילטן היכל, וואס איז פרעכטיג איינגערישט מיט'ן פולסטן הרחבת הדעת פאר די לומדים.
דער רבי שליט"א וואס האט זיך צוריק געקערט לביתו נאוה קודש אין וויליאמסבורג אויפ'ן וועג צוריק פון קרית יטב לב וואו די רבי האט געוויילט די לעצטערע טעג למנוחת הנפש האט אויסגעדרוקט רצון קדשו צו באזוכן דעם נייעם היכל און זיך אליין אומקוקן אויף די סדרי הלימודים צום נייעם זמן.
דער רבי שליט"א איז ערשינען אין נייעם היכל מיט די באגלייטונג פון די חברי הנהלת הכולל און חברי הנהלת הקהלה, וואס האבן אין די לעצטערע טעג אריינגעלייגט גרויסע כוחות אז דער נייער היכל זאל זיין גרייט צום ערשטן טאג פון זמן החורף צו קענען אנהויבן די לימודים מיט א התחדשות.
Comments