מיטוואך וזאת הברכה א' • ז' תשרי תשפ"ה | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: JDN
אַ גאָר געהויבענער יום טוב ראש השנה איז אַדורך אויף די טויזנטער תלמידי וחסידי ק"ק תולדות אהרן אין ירושלים בצל קדשו פון כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א.
שוין אַ שטיק צייט בעפאָרן יום טוב ראש השנה זענען פאַרענדיגט געוואָרן די הכנות צו אויפנעמען די טויזנטער חסידים וואָס זענען געקומען זיך מסתופף זיין בצל הקודש.
די הנהלת הקהילה האָט געזאָרגט אַז יעדער איינער האָט אַ באַזונדער פּלאַץ מיט ישוב הדעת און מ'זאָל קענען מיטהאַלטן די עבודת הקודש און תפילות, ווען דער רבי שליט"א טרעט צי צום עמוד אַלס שליח ציבור אין די הייליגע טעג.
די מאַנגל אין זיצן אין ביהמ"ד הגדול האָט געצוואונגען די עסקנים צו אויפקומען מיט פרישע לעזונגען פון אויפשטעלן פרישע גאַלעריען. מיט דריי יאָר צוריק האָבן זיי צוגעלייגט גאַלעריען אויף צוויי זייטן פון בית המדרש הגדול, דאָס יאָר נאָכדעם וואָס עס איז נאָכאַמאָל געוואָרן אַ מאַנגל אין פּלאַץ, האָט מען צוגעבויעט נאָך עטליכע גאַלעריען פון פיר שטאָק ביים מזרח זייט פון בית המדרש און אויף די דריי אַנדערע זייטן, דרום, מערב און צפון האָט מען צוגעשטעלט איין שטאָק פון גאַלעריען, וואָס אַזוי אַרום זענען די גאַלעריען אויפגעשטעלט געוואָרן אויף אַלע זייטן פונעם בית המדרש. און די יונגעלייט און בחורים האָבן דאָרט געקענט קויפן זייערע זיצן אויף די הייליגע טעג.
אַ באַזונדערע פּלאַץ איז דאס יאר צוגעטיילט געוואָרן פאַר די טויזנטער קינדער אינעם גרויסן היכל הישיבה גדולה, וואָס געפונט זיך אויפן דאך פונעם היכל הבית-המדרש, און דורך ספּעציעלע פענסטער האָבן זיי געקענט הערן און מיטהאַלטן דאָס דאַווענען און צוזאַמען זיין אַ טייל פונעם עולם. די הכנסת אורחים "בצילא דמהימנותא", האט היי יאָר אַרויסגעדינגען ספּעציעלע געביידעס לטובת די וואָס זענען געקומען וויילן במחיצתו הק' פונעם רבי'ן שליט"א.
דעם ערשטן טאג ראש השנה האט מען געענדיגט די תפילות אום 6:10 נאָכמיטאָג אַריינגערעכנט תפילת מנחה. דעם צווייטן טאָג ראש השנה האָט מען געענדיגט צו דאווענען אום 5:30 נאָכמיטאָג, ווען דער רבי שליט"א האָט צוגעאיילט לכבוד השבת קודש הממשמש ובא.
אין לויף פון די צוויי טעג ראש השנה זענען פאָרגעקומען עטליכע בריתן, און דער רבי שליט"א וועלכער דינט אַלס "בעל תוקע" איז אויך צוגעטרעטן צו תפילת המוספין כנהוג. די שחריתים ביידע טעג האבן געדאווענט דעם רבינס קינדער בנו בכורו הרה"צ רבי ישראל יוסף קאהן ראש כולל באר יוסף און בנו הרה"צ רבי משה קאהן אבד"ק תולדות אהרן לאנדאן. בעל מקריא דעם ערשטן טאג איז געוועהן דעם רבינס ברודער הגה"צ ראש ישיבת תולדות אהרן און דעם צווייטן טאג אחיו כ"ק אדמו"ר מנחלת אהרן שליט"א. צום ערשטן מאל האט מען היי יאהר פארקויפט דעם רבינס עלייה געבנדיג פאר די חסידים די געלעגענהייט צו קויפן די זכות אינעם רביס עליה וואס איז ביידע טעג פארקויפט געווארן פאר סכומים אדירים.
די ערשטע נאַכט פונעם יום טוב האָבן געשטראָמט מאַסן אידן צו וואונטשן לשנה טובה און באַקומען דעם ברכת הקודש און ברכת השנה, וואו עס איז שוין איינגעפירט די לעצטע יאהרן זענען די בחורי החסידות דורך וואונטשן לשנה טובה אין די טעג בעפאר יום טוב.
די ערשטע נאַכט ליל התקדש החג האָט דער רבי שליט"א געפּראַוועט דעם שולחן הטהור אין ביהמ"ד. די צווייטע נאַכט "מיטל נאַכט" יום טוב האָט דער רבי שליט"א באַלד נאָכ'ן דאַווענען געמאַכט "קידוש" און מ'האָט געזינגען עטליכע ניגוני ימים נוראים און ניוגני התעוררות, ווען דאַן איז דער ציבור אַהיים צו די סעודת יום טוב.
פרייטאָג צונאַכטס איז פאָרגעקומען גאָר אַ גרויסער טיש, וואָס איז איינגעטיילט געוואָרן אין צוויי טיילן, ווען באַלד נאָך תפילת מעריב האָט דער רבי שליט"א אָנגעפאַנגען שלום עליכם און קידוש געמאַכט, וואו דער רבי שליט"א האָט געפּראַוועט דעם ערשטן טייל פונעם טיש אויף אַרום צוויי שעה מיט גרויס התעוררות כנהוג בחצר הקודש.
דאַן איז דער ציבור אַהיים אויף צוויי שעה צו פּראַווען די אייגענע סעודת שבת קודש, און דערנאָך איז מען צוריקגעקומען צום צווייטן טייל פונעם שולחן הטהור וואָס האָט זיך פרצויגן אויף נאָך צוויי שעה מיט זמירות לשבת קודש און ניגוני ימים נוראים, בשירות ותשבחות למלך קל חי וקיים.
ביי סעודת רעוא דרעווין האָט דער רבי שליט"א געפּראַוועט דעם "נעילת החג" טיש, מיט גרויס התעוררות, וואו דער רבי שליט"א האָט אַ לענגערע צייט אַרומגערעדט בגודל קדושת הימים און מעורר געווען דעם ציבור לתשובה ולתיקון המעשים.
Comments