top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

המלך במסיבו: האד' מבעלזא רעכט אפ מסיבת שבע ברכות לכבודו פון הויז בחור החתן בערל גוטמאן ני"ו

דאנערשטאג פ' עקב • י"ח אב תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: אנשיל בעק

 

נעכטן אויפדערנאכט איז פארגעקומען בביתו נאווה קודש פון כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א א ספעציעלע שמחת שבע ברכות וואס דער רב שליט"א האט אפגעראכטן לכבודו פונעם הויז בחור החתן בערל גוטמאן הי"ו לרגל שמחת נישואיו למזל טוב, דער חתן - א זוהן פון העסקן הרב העניך גוטמאן הי"ו פון לאנדאן - האט געהאט די זכיה משמש צו זיין לפני ולפנים בקודש פנימה די לעצטע דריי יאהר און צוגעשטאנען לימין קדשו פונעם רב שליט"א בפרט אין די שווערע דורכגאנג אינעם מצב הבריאות וואס דער רב איז דורך די לעצטע יאהר. דער רב שליט"א האט מופיע געווען בראש המסובים און זיך געוואשן צום סעודה, מען האט אויפגעגעבן די מאכלים בעת די קאפעליע האט מהנה געוועהן מיט ניגוני שמחה. נאכן בענטשן האט דער רב שליט"א געזאגט ברכה אחריתה און דערנאך ארויס אין א ריקוד מיטן חתן, מחותנים און זיידע'ס.



Comments


bottom of page