top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

בית צדיקים יבורך: חנוכת הבית פאר נייע פרעכטיגע דירה פאר הגה"צ ר' יעקב מאיר שעכטער שליט"א

דאנערשטאג פ' יתרו • ט"ו שבט תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: מנחם דיימאנד 

 

מיט פרייד איז אויפגענומען געווארן איבער'ן געלונגענעם מקח וואס איז געשלאסן געווארן אויף א נייע פרעכטיגע און רחבות'דיגע דירה פאר'ן פאר הדור כ"ק הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א, וואס וועט זיך אהין אריינציען בקרוב הימים.


דאס קומט נאכדעם וואס די יעצטיגע וואוינונג פונעם רב שליט"א האט זיך ארויסגעשטעלט אלס צר מהכיל און איז נישט מעגליך צו דערהייבן דעם געווירבל און פארקער פון די טעגליכע קבלת קהל און די גרויסע ווירטשאפט וואס גייט אן רונדע דעם זייגער פון אידן וואס באלאגערן ביתו של צדיק.


אין די לעצטערע תקופה איז אריינגעלייגט געווארן גרויסע כוחות דורך די געטרייע נאמני ביתו אהערצושטעלן א נייע גרויסע דירה, וואס זאל זיין סיי רחבות'דיג צוגעשטעלט מיט אלע באקוועמע צוגעהערן ווי עס פאסט לכבודו ולמנוחת נפשו של צדיק, און סיי קענען אקאמאדירן דעם ריבוי העם וואס קומען לדרוש את האלקים.


אצינד איז ב"ה געלונגען צו טרעפן א נייע פאסיגע דירה, אין סאמע-הארץ פונעם חסיד'ישן קווארטל בירושלים של מעלה, הארט נעבן ככר השבת און רחוב שמואל הנביא. די נייע דירה געפינט זיך אין א נייעם דעוועלאפמענט פון דירות אויף רחוב גמול, און איז געווארן גאר הערליך און שיין אויסגערישט, און אין די נאנטע וואכן וועט זיך דער רב אריינציען אין די נייע מעון הקודש.


די נייע דירה אויפן העכסטן שטאק איז געווארן ספעציעל אהערגעשטעלט מיט גרויסע שטובער צוגעפאסט צום באנוץ פון קבלת קהל, ווי ווארט-צימערן, א ברית צימער, א.א.וו. ווי אויך איז צוזאמען מיט די נייע דירה געווארן אהערגעשטעלט א הערליכע מהודר'דיגע פריוואטע מקוה פאר'ן באנוץ פונעם רב שליט"א להטהר לפני ה', און ווי אויך פלאנט מען אין די נאנטע צוקונפט צו בויען העכער די דירה, אויפ'ן דאך פונעם בנין, א הערליכער ביהמ"ד הפרטי פונעם רב, אפצורעכטן די געהויבענע תפילות סמוך לביתו.


דעם מאנטאג נאכט איז דער רב ארויף צו די נייע דירה, וואו ער האט זיך אומגעקוקט און אויסגעדרוקט קורת רוח פון די שיינע דירה וואס איז געווארן אהערגעשטעלט, און מאציל געווען ברכת קדשו פאר'ן מוכר.


נעכטן ליל חמשה עשר בשבט איז דארט פארגעקומען ע ענגע מעמד חנוכת הבית אינאיינעם מיטן סעודה לכבוד חמשה עשר בשבט וואס הרה"צ ר' יעקב מאיר שליט"א האט אפגעראכטן בזעיר אנפין מיט די בני המשפחה.



Comments


bottom of page