top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

אלפי חסידי בעלזא מיטגעלעבט יומא אריכתא דעם יו"ט ראש השנה בצילא דמהימנותא | רייכע דעקונג

זונטאג וזאת הברכה א' • ד' תשרי תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שוקי לרר

 

אלפי חסידי בעלזא פון נאנט און ווייט האבן מיטגעלעבט גאר געהויבענע טעג דעם יום טוב ראש השנה בצל הקודש פון כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א, דער חידוש דאס יאהר ראש השנה אין בעלזא איז געוויס געוועהן דער נייע מאעסטעטישער אויסשטעל ביי די טישן דורכאויס יום טוב וואס איז ערשטמאליג אפגעראכטן געווארן תחת כיפת השמים אויפן שטח הענקי פארנט פונעם ביהמ"ד הגדול וועלכע איז איינגערישט געווארן מיט טויזנטער טויזנטער שטיי פלעצער פאר אינגעלייט און פארענטשעס פאר די בחורים און צוגאב צו הונדערטער זיץ פלעצער פאר בעלי בתים און נכבדי העדה, א הויכע בימת הכבוד איז אויפגעשטעלט געווארן פארן רב שליט"א און די משפחת המלוכה ביים מזרח, וואו עס שטייט ביתו נאווה קודש, דער הרחבת הדעת איז געוועהן שטארק קענטיג און איז באגריסט געווארן דורך יעדן צוגלייך.

דער רבי שליט''א האט געדאווענט פארן עמוד די תפילות כמימים ימימה, מעריב ביידע נעכט און די מוספים ביידע טעג און געדינט אלס בעל תוקע ביי די תקיעות דמיושב. ווי באריכטעט איז היי יאהר איינגעטיילט געווארן די סדר פון אדורכגיין אויף לשנה טובה, די ערשטע נאכט יו"ט נאך וואס דער רבי שליט"א איז ארויף אויפן ארון קודש און געוואונטשן לשנה טובה פארן גאנצן ציבור אויפאמאל זענען דורך די חסידים פון פערציג יאהר און ארויף, די צווייטע נאכט יו"ט זענען דורך די אינגעלייט ביז פערציג יאהר, און די דריטע נאכט ליל שבת זענען דורך די טויזנטער בחורים תלמידי הישיבות הקדושות.


דער קלימאקס פונעם יום טוב איז געוועהן דער 'לדוד מזמור טיש' מיטל נאכט יום טוב, וואו די טויזנטער חסידים האבן אינאיינעם מיטן רב שליט"א געזאגט 'לדוד מזמור' פסוק בפסוק כנהוג ובקול רעש גדול וואס האט אפגעדינערט ביז עטליכע גאסן ווייט. בשעתן טיש האט דער רב שליט"א געהייסן שטעלן וויין פאר די פילע חסידים וואס זענען געבליבן געשטראנדעט אונטערוועגנס קיין ארץ ישראל און זענען ליידער נישט אנגעקומען אויף יום טוב.


ווידעראום האט זיך אנגעזעהן אן ריזן צאל געסט, א געשאצטע צוויי טויזנט חסידים וועלכע זענען געקומען צו פארן מכל קצוות תבל פון אמעריקא ביז דער ווייטע אוסטראליע און זענען פלאצירט געווארן אין די בניני המוסדות. נעכטן בשעתן טיש שלש סעודות און נעילת החג זענען די טויזנטער געסט דורך זיך געזעגענען צוליב די שפעטע שעה, מען איז דורך א לענגערע וויילע בעת דער רב שליט"א האט יעדן געוואונטשן במאור פנים און דערנאך ממשיך געוועהן דעם שולחן הטהור.

צוליב די ריבוי העם זענען די כהנים נישט ארויפגעקומען צו ברכת כהנים אין יעדער האט געדוכנט אויף זיין פלאץ אינעם היכל. די קינדער האבן געדאווענט אין א באזנדערע מנין אינעם גרויסן שטוב אונטער די אויפזיכט פון די מחנכים. דער ערשטע טאג האט מען פארענדיגט דאס דאווענען 4:50 אין דער צווייטער טאג 3:30.

צוליב די אנגעצויגענע מלחמה צושטאנד וואס הערשט אין ארץ ישראל זענען היימישע אינגעלייט פון חברת השומרים געשטאנען אויף די וואך אויף די גאסן פון קרית בעלזא על כל צרה שלא תבוא, די אינגעלייט וועלכע האבן נישט געקענט מיטהאלטן די תפילות אין ביהמ"ד - האבן זיך מזכיר געוועהן אין א ספעציעלן כוללות קוויטל וואס דער רב שליט"א האט געהאלטן אויף זיין עמוד ביי אלע תפילות און זיי אינזינען געהאט אויף א גוט געבענטשט יאהר.
















Comments


bottom of page