דינסטאג פ' מקץ • כ"ט כסלו תשפ"ד | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: סאטמארע נייעס
פארלאפענעם וואך איז כ"ק הגה"צ גאב"ד קארלסבורג שליט"א אנקומען אויף א באזוך אין שטאט קרית יואל, וואו דער רב האט פוקד געווען דעם ציון הק' פון רבו הרה"ק מסאטמאר זי"ע, און דערנאך אפגעשטאט א געהויבענע און ערשטמאליגע באזוך בביתו נאוה קודש פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, ווי עס איז פארפירט געווארן א שיינע שמועס בדברי תורה וסיפורי צדיקים.
דער קארלסבורגער רב וועלכער האט לעצטנס אפגעשריבן א לענגערע תשובה לאיסור אויף א געוויסע פאטענט וואס מאנכע האבן געוואלט איינפירן ביים שרייבן תפילין, איז אריבערגעקומען דורכטון די נושא מיטן סאטמארער רבי'ן שליט"א וועלכער איז ווי באקאנט גאר שטארק אריינגעטון אין די ענין פון סת"ם די לעצטע תקופה, דער סאטמארער רבי האט צוגעשטימט צו די פסק הלכה און א לענגערע צייט נושא ונותן געווען בהלכות תפילין און מזוזות והמסתעף.
Comments