מונטאג פ' תולדות • כ"ט חשון תשפ"ד | בחצרות הקודש
כ''ק האדמו''ר מאלכסנדר שליט''א איז נעכטן אנגעקומען אויף א קורצע באזוך אין שטאט אנטווערפען וואו די רבי שליט''א וועט זיך אויפהאלטן דורכאויס די וואך בקרב חסידיו, די רבי איז געקומען צו פארן זיך משתתף צו זיין ביי די חתונה לבן הרבני הנגיד ר' ברוך אלימלך פערלמאן פון ציריך מגדולי תומכי מרכז מוסדות אלכסנדר.
היינט צופרי איז די רבי אנגעקומען אויף תפילת שחרית אינעם אלכסנדר שטיבל אין שטאט, וואו די רבי האט עולה געוועהן לתורה אין גומל געבענטשט, נאכן דאווענען זענען די חסידים אין מתפללי ביהמ''ד דורך שלום נעמען. אין די פארמיטאג שעהן איז די רבי געוועהן אויף א באזוך ביים מרא דאתרא הגה''צ גאב''ד אנטווערפען שליט''א מיט וועם די רבי שליט''א איז בקשרי ידידות נאך פון די תקופה וואס די אנטווערפענער רב האט געדינט אלס רב אין די אלכסנדר שטיבל אין אנטווערפען.
דורכאויס די וואך וועט די רבי שליט''א אויפנעמען קהל חסידיו לעצה ולברכה בבית האכסניא אין שטאט, אין אויף שבת וועט זיך די רבי צוריק קערן למעון קדשו אין בני ברק.
Comments