top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

גרויסן ציבור ביי מסע הלוי' פון הגה"צ רבי אברהם אליהו וואזנער זצ"ל אבד"ק שבט הלוי בראכפעלד

מאנטאג לך לך • ג' חשון תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעידט: אברומי בערגער, JDN

 

פילע אידן האבן פאריגע וואך באגלייט למנוחת אחר מיטתו פון הגה"צ רבי אברהם אליהו וואזנער זצ"ל אב"ד שבט הלוי בראכפעלד בנו חביבו פונעם פוסק הדור הגאון האדיר בעל שבט הלוי זצ"ל, וואס איז נתבקש געווארן לישיבה של מעלה אין עלטער פון אכט און זיבעציג יאהר.


די לוי' האט זיך אנגעהויבן פארנט פון זיין שטוב אויף רח' ברסלב אין בני ברק, און איז אריבער דורך ביהמ"ד ריסקאווא אין שיכון סאטמאר, בית מדרשו פון זיין שווער הגה"צ גאב"ד ריסקאווא זצ"ל וואו דער נפטר האט קובע געווען מקום לתפילתו די לעצטע עטליכע יאהר, מען האט געזאגט א קדיש, און די לוי' האט ממשיך געווען צום היכל ביהמ"ד הגדול שבט הלוי אין די זכרון מאיר געגענט, ווי עס האט צום ערשט מספיד געווען אחיו הגה"צ רבי בן ציון וואזנער אב"ד שבט הלוי בית שמש, דערנאך האבן מספיד געווען גיסו הגה"צ רבי אברהם יעקב איצקוביץ אב"ד שבט הלוי ירושלים, בן אחיו כ"ק אדמו"ר משבט הלוי שליט"א, און די קינדער.


די מספידים האבן פה אחד באוויינט די גרויסע אבידה שאין לה תמורה און ארויסגעברענגט די גאונות פונעם רב זצ"ל, זיין גדלות בתורה עבודה ובגמילות חסדים, זיין הרבצת התורה, הארת פנים צו יעדן, און זיין געוואלדיגע מסירות נפש צו שטיין לימין אביו הגדול דער פוסק הדור. מען האט דאן באגלייט די מיטה ברחובה של עיר צום ריכטונג פונעם בית החיים זכרון מאיר ווי ער איז געברענגט געווארן למנוחת עולמים סמוך ונראה צום ציון הק' פון אביו הגדול.


תהא נשמתו צרורה בצרור החיים



Commenti


bottom of page