דאנערשטאג וזאת הברכה א' • ח' תשרי תשפ"ה | בחצרות הקודש
מיט אומגעהויערע רגשי הלבבות ווערט נאכגעפאלגט מיט פרייד ביי חסידי ומעריצי בית דזיקוב וויזניץ די אויסנאמליכע אנטוויקלונג פון הרחבת גבולי הקדושה, מיט'ן אויפבויען א פרעכטיגער בית גדול וקדוש אין שטאט בית שמש, וואס וועט דינען אלס מרכז עולמי דחסידי דזיקוב וויזניץ וואס זענען חוסה און ווארעמען זיך בצל הקודש פון כ"ק אדמו"ר מדזיקוב וויזניץ שליט"א.
אין לויף פון די לעצטערע יארן זייט דער דזיקוב וויזניצער רבי האט אוועקשטעלט דעם הייליגן חצר אין שטאט בית שמש, נאכ'ן הסתלקות פונעם גרויסן פעטער דער ישועת משה מוויזניץ זצ"ל, האט זיך דער הויף שטארק צעבליעט לשם ולתפארת אינעם שיכון דזשיקוב וויזניץ, און עס האט זיך שוין לאנג אויסגעפעלט צו מרחיב זיין די גבולים מיט'ן אויפבויען א נייעם גרויסן ביהמ"ד וואס זאל קענען אקאמאדירן דעם ריבוי עם בליעה"ר.
דער בנין החדש וועט געבויט ווערן אויף רחוב תפארת נפתלי אין הארץ פון שיכון דזיקוב וויזניץ, א בנין גדול פון ניין שטאק, און וועט געבויט ווערן אין צוויי פאזעס. אין פאזע איין וועט געבויט ווערן פיר שטאק, וואס וועט ארייננעמען א ריזן היכל הטישן, א צייטווייליגער היכל ביהמ"ד הגדול, חדרי תפלה, א מקוה מפוארה, א חדר פרטי פונעם רבי'ן, און נאך פילע צוגעהערן.
אין פאזע צוויי וועט געבויט ווערן א פרישע דריי שטאק פונעם נייעם היכל ביהמ"ד הגדול, מיט די עזרת נשים, וואס וועט אינאיינעם פארמירן א קאלאסאלע גרויסקייט פון 6,000 מעטער.
אין די יעצטיגע טעג ווערט שוין צוגעגרייט דער גרויסער באדן ביים שטח הבני', און נאך אזוי שנעל ווי איידער'ן יו"ט סוכות וועט מען שוין זען טראקטארן, ויחל הבנות לבנות בשעטומ"צ.
Commentaires