top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

מאסן פוקד געוועהן ציון פון הצדיק רבי יצחק בן יצחק גברא זי''ע מגדולי חכמי תימן אין אראבישן דארף 'עג'ור'

מיטוואך פ' מטות מסעי • כ"ה תמוז תשפ"ד | בחצרות הקודש‎

בילדער קרעדיט: שלומי טריכטר

 

מאסן אידן פון אלע שיכטן און קרייזן האבן אין די טעג פוקד געוועהן דעם ציון פון הגה"ק רבי יצחק בן יצחק גברא זצ"ל באקאנט אלס דער צדיק פון עג'ור מגדולי חכמי תימן, וועלכע ליגט אינעם דארף עג'ור, א דערפל נישט ווייט פון בית שמש, אין זיין ציון איז אין די לעצטע יאהרן נספרסם געווארן אלס א מקום קיבול תפילות ווי אידן האבן געזעהן גרויסע ישועות און פילע וואונדערליכע מעשיות ווערן דערציילט ארום זיין ציון ווי אידן זענען געהאלפן געווארן עד להפליא.


דער בעל הילולא ר' יצחק גברא איז ארויף קיין ארץ ישראל פון תימן בשנת תש"ט אינאיינעם מיט בני קהילתו, און זיך באזעצט אינעם פארלאזטן אראבישן דארף 'עג'ור' נישט ווייט פון בית שמש. ער האט איבערגעלאזט צוואה אז מען זאל אים באערדיגן אין דעם חצר פון זיין הויז, און אזוי האט מען געטון. פון יאהר צו יאהר וואקסט דער ציבור העולים לציון בפרט אין די טעג ארום די יארצייט וואס געפאלט אין טאג פון כ''א תמוז, אויך דאס יאהר האט זיך אנגעזעהן א שטראם פון אלפים ורבבות אידן פון איבער גאנץ ארץ ישראל ביים ציון, ווי די עסקנים האבן צוגעשטעלט טעימה קלה אין אלע אנדערע הצתרכיות'ער פארן ציבור האלפים.

























Commentaires


bottom of page