top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

וּבְדֶרֶךְ חַטָּאִים לֹא עָמָד: דראמאטישע הוראה פון גדולי ישראל, "נישט שטעלן צום לשכת הגיוס!"

מיטוואך פ' חוקת • ד' תמוז תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילד קרעדיט: באדיבות המצלם

 

א דראמאטישע הוראת הקודש איז איבערגעגעבן געווארן דורך די גדולי ראשי הישיבות בארץ הקודש, מרן הגאון רבי דוב לאנדא שליט"א און מרן הגאון רבי משה הילל הירש שליט"א, פאר די טויזנטער תלמידי הישיבות הקדושות פון די עולם התורה אין ארץ ישראל, אז קיין איין בחור טאר זיך נישט שטעלן צום "לשכת הגיוס" פונעם טמא'נעם צה"ל, ניטאמאל צו באקומען א פטור, אפגערעדט פאר א דיחוי.


די הוראה ברורה איז איבערגעגעבן געווארן פאר די ישיבות דורך העסקן הרב חיים אהרן קויפמאן יושב ראש וועד הישיבות, וועלכע איז נעכטן דינסטאג געזעצן מיט די גדולי התורה און אנגעפרעגט כדת מה לעשות וויאזוי די בחורים זאלן רעאגירן צו א 'צו גיוס', די ראשי הישיבה האבן פה אחד אויסגעדרוקט זייערע שארפע שטעלונג איבער די פארשווערטע גזירות על הדת וואס די ציונים זוכן צו מגייס זיין די בני הישיבות כפי', און אויב אמאל האט מען נאך געקענט האבן א שיג ושיח מיט זיי, אבער אינעם יעצטיגן שעת השמד מוז מען צייגן מסירת נפש און שטיין קעגן זיי כצור החלמיש, מ'טאר זיך נישט שטעלן צום לשכת הגיוס און נישט האבן קיין שום קשר מיט זיי!, אין א שארפע בריוו וואס איז היינט ארויסגעשטעלט געווארן שרייבט דער ראש ישיבה הגאון ר' דוב לאנדא שליט"א: "ההוראה לבני הישיבות שלא להתייצב כלל בלשכות הגיוס, ולא להיענות לכל זימון שהוא, גם לא לזימון ראשון".


דאס זעלבדע האט די ספרדישע מועצת חכמי התורה געהייסן איבערגעבן אין די ישיבות אז קיין שום בחור טאר זיך נישט שטעלן צום לשכת הגיוס, ווי זיי דערקלערן אין א פראקלאמאציע: ״התייצבות בלשכת הגיוס אסור על פי תורה״, און אפילו אזעלכע וואס האלטן שוין אינמיטן פראצעדור פון באקומען א פטור, זאלן תיכף אפשטעלן די ווייטערדיגע באמיאונגען און גענצליך אפהאקן קשר מיט זיי.

Comments


bottom of page