top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הכנות געלאזט אין גאנג אין בעפארברייטונג צום היסטארישן מסע הקודש "בני היכלא" בראשות האד' מסקווירא קיין קראקא

מיטוואך פ' ויחי • ט"ו טבת תשפ"ד | בחצרות הקודש


מיט התרגשות און עקסטאז קוקן אלפי חסידי סקווירא ארויס צו די היסטארישע און געהויבענע מסע הקודש בני היכלא, וואס כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א גרייט זיך אפצורעכטן דעם קומענדיגן חודש שבט אין באגלייטונג פון די נגידים ותומכים, שותפים בממלכת הקודש, די שרי המאה אלף וואס שליסן זיך אן מיט הונדערט טויזענט דאללער למען הקמת הבית הגדול, די נייע פראכטפולע בית המדרש הגדול אין שיכון סקווירא, וואס האלט שוין נענטער ווי ווייטער צום גמר הבניה בשעה טובה ומוצלחת.


שטייענדיג ווייניגער ווי דריי וואכן איידער די היסטארישע שבת אין שטאט קראקא בצל הקודש פון כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, גייען שוין אן פיבערהאפטיגע הכנות אויסצוארבעטן יעדן טייל פון די נסיעה מיט די מאקסימום סוקסעס, די בארימטע טיפ הפקות אין שפיץ פון ר' מרדכי ראבינאוויטש איז אויפגענומען געווארן צו פארפיגן אויף די גאנצע נסיעה מהחל ועד כלה, און צושטעלן אלע באדערפענישן פאר די נסיעה און די משתתפי הנסיעה, די עסקנים זענען פערזענליך אראפגעפארן קיין פוילין צו באטראכטן פון דערנאנט די אלע פלענער, און פארזיכערן אז אלעס קומט נאך די הויכע סטאנדארטן ברוחניות ובגשמיות.


א ספעציעלע דעלעגאציע מטעם בית כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א זענען אראפגעפארן אין די לעצטערע טעג קיין קראקא אין פוילין, צוצושטעלן אלעס וואס פעלט זיך אויס פארן רבי'ן שליט"א און ארום, א פראוויזארישע מקוה איז געברענגט געווארן פון פרעשבורג קיין קראקא, די מקוה מיט וואס דער רבי פלעגט זיך באנוצן אין די פארגאנגענע יארן זייענדיג אין פרעשבורג אויף מנוחת הנפש, און א ספעציעלע דעלעגאציע מטעם די וועד הכשרות אין שיכון סקווירא, אין שפיץ פון הגה"צ ר' אברהם משה גרויס אבד"ק קערעסטיר בערבעשט מראשי וועד הכשרות, זענען געפארן קיין ווארשא פוילין צו מיטהאלטן פונדערנאנט און געבן א לעבעדיגע השגחה אויף די פיינע מטעמים וואס ווערט צוגעשטעלט פאר די געהויבענע נסיעה אן קיין שום שאלות און פקפוקים מיט די סקווירא חומרות.


אין א היסטארישע שריט האט כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א ארויסגענומען מבית גנזיו א אור אלטע זילבערנע וויין פלאש מאוצרו הטוב, וואס דער רבי האט בירושה פון אביו הגדול הרה"ק מסקווירא זי"ע, דער רבי האט דאס געגעבן פאר די חשובע עסקנים, דאס צו פארוואנדלען אין פראכטפולע זילבערנע בעכערס, וואס וועט ווערן פארטיילט פאר די חשובע תומכים און נגידים כאות הוקרה. א שריט וואס יעדער פארשטייט אז דער רבי איז ארויס מגדרו מיטן ציהל צו זעהן וואס שנעלער דעם בנין הגדול והקדוש עומד על תילה, צו קענען מרחיב זיין די גבולי הקדושה מיט הרחבת הדעת.


הנה ימים באים בקורות ימי חסידות סקווירא

*

די געטרייע ראשי עסקני סקווירא אינאיינעם מיט ר' מאטי ראבינאוויטש פון "טיפ" - ביים איבערגיין כל פרטיה ודקדוקיה פונעם מסע המרומם


דער ירושה וויין פלאש פון סקווירא רבי'ן זי''ע




Comments


bottom of page