זונטאג פ' בשלח • י"א שבט תשפ"ד | בחצרות הקודש
פארלאפענעם וואך איז הגה"צ המשפיע רבי יצחק משה ארלנגר שליט"א ארויסגעפארן מיט א גרויסע קבוצה חסידים ואנשי מעשה, אויף א נסיעה צו די מקומות הקודושים אין אייראפע להיפקד בדבר ישועה ורחמים.
דאנערשטאג ב' שבט האט מען מתפלל געווען ביים ציון הקודש פונעם הייליגן רבי ר' זושא זיע"א בעצם יומא דהילולא, שבת האט דער משפיע אפגעראכטן אויף א דערהויבענעם פארנעם באתרא קדישא מעזיבוזש סומך ונראה צום ציון קודש הקדשים פונעם אור שבעת הימים די הייליגער בעל שם טוב הקדוש זיע"א.
זונטאג ד' שבט איז מען אנגעקומען צום שטאט סאסוב, אין מתפלל געווען ביים ציון הקדוש פון הרה"ק רבי משה לייב מסאסוב זיע"א אין טאג פון די יארצייט, אין לויף פון וואך האט מען מתפלל געווען ביי נאך פילע קברי צדיקים מצוקי ארץ לענגאויס אוקריינע.
Comments