מאנטאג פ' שופטים • כ"ט אב תשפ"ד | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: י. שטיין
חסידי סאטמאר פון איבער דער גארער וועלט בפרט במקום מנוחת קדשו אין קרית יואל האבן פארגאנגענעם ערב שבת כ"ו אב אפגעצייכנט די 45'סטע הילולא קדישא פונעם רבן של ישראל הרה"ק מסאטמאר זי"ע ביי וועלכן מ'האט מיט גרויס התרגשות מעלה געווען על נס זכרונו הבהיר, און מ'האט מתפלל געווען על מקום מנוחתו מיט גרויס התעוררות, מעתיר ומפציר צו זיין אויף ישועות ישראל בכלל ובפרט, ספעציעל ביים יומא אריכתא וואס איז אפגעראכטן געווארן ברוח מרומם אין קרית יואל בצל הקודש פון ממשיך דרכו כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א.
דאנערשטאג נאכט בליל יומא דהילולא קדישא איז די רבי שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צו תפילת מעריב ברוב עם, דער רבי האט געצינדן לעכט און יורד געווען לפני התיבה לרגל די יארצייט, תיכף נאך מעריב האט א ריזיגער ציבור זיך פארזאמלט אין ביהמ"ד הגדול, צו די צענטראלע סעודת הילולא וואס איז אפאגעראכטן געווארן במקום הקודש, אין דעם הייליגן ביהמ"ד וואס האט געהאט די זכי' אז דארט האט דער בעל הילולא זי"ע געּפראַוועט זיין עבודת הקודש מיט מסירת נפש אין זיינע לעצטע יארן בחיים חיותו.
דער גאנצער ביהמ"ד איז אויסעגשטעלט געווארן מיט די מאקסימום פלאץ, און דער אויבן אן איז געווען באשיינט מיט די פילצאליגע רבנים גאונים וצדיקים רבני ומנהיגי קהלות קדושות, צוזאמען מיט די דייני ורבני ק"ק סאטמאר פון אומעטום, ובראשם דער מנהיג העדה כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א. צו די באשטימטע צייט איז די רבי שליט"א ערשינען צום עריכת השולחן. נאכן זיך וואשן צו די סעודת הילולא, האט די רבי געמאכט דעם "סיום הש"ס" וואס איז געלערנט געווארן דורך עדת חסידי סאטמאר לעילוי נשמתו פונעם רבי'ן זי"ע. נאכ'ן מאכן דעם סיום האט דער רבי שליט"א געזאגט דעם קדיש, און דערנאך געוואונטשן לחיים פארן גאנצן ציבור, דערנאך האט מען אויפגעגעבן די מאכלים, ווי במשך די גאנצע טיש האט מען געזינגען פאַרשידענע ניגוני התעוררות ודביקות וואס מ'פלעגט זינגן אין די זמנים מיוחדים בבית מדרשו של רבי.
בעת דער רבי שליט"א האט אנגעהויבן די דברות קודש איז דער ביהמ"ד שוין געווען איבערגעפולט פון ברעג צו ברעג, מיט טויזנטער אידן, זקנים עם נערים וואס האבן זיך פארזאמלט צו הערן די דברי אלקים חיים פון רבי'ן שליט"א. דער רבי האט ארומגערעדט א לענגערע צייט במשנתו פונעם בעל הילולא, ארויסברענגענדיג זיין גרויסקייט אין אלע הינזיכטן, ספעציעל איבער דאס אויפשטעלן איבעראל מוסדות התורה פאר חינוך הבנים והבנות, אלעס מיט א ציל מרים צו זיין כבוד שמים, און זיין מלחמה האלטן מיט די נגע הציונית בכל פרטיה מיט התבדלות נישט צו נהנה זיין קיין כל שהוא פון זייערע געלטער פאר די מוסדות התורה און אויפגעשטעלט די מוסד הק' קרן הצלה להחזקת מוסדות התורה בארה"ק, אויך האט די רבי ארומגערעט איבער זיינע פילע פעולות בעניני צניעות, און ארויסגעברענגט לשבח פון די עסקנים אין קרית יואל וועלכע האבן אהערגעשטעלט ספעציעלע מלבושי צניעות פאר די תלמידות בית רחל, און געזאגט אז יעצט איז די צייט זיך צו מקבל זיין קבלת טובות הן בעניני צניעות און הן בעניני טעכנעלאגיע ווי רבים חללים הפילו, און דער רבי האט ממשיך געווען מיט די פעולות פון בעל ההילולא אויפצושטעלן די שטאט קרית יואל, און ארויסגעברענגט די אחריות וואס ליגט אויף די תושבי קרית יואל מיט אלע אירע געגענטער זיך צו פירן בדרכיו בעניני השקפה ובשיטתו הק' און ווער עס קען זיך נישט צושטעלן צו דעם האט נישט וואס צו זיכן אין קרית יואל און זאל גיין וואוינען ערגעץ אנדערש.
אויך האט די רבי ארויסגעברענגט די פליכט וואס ליגט אויף סאטמארער חסידים ממשיך צו זיין די מלחמה מיט די רעין הציוני וואס איז געשטעלט מהרס צו זיין אידישקייט און בפרט איבער די גזירה פון גיוס בני ישיבות וואס דאס איז א גזירה פון העברה על הדת, די רבי האט שטארק מחזק געווען די בני ישיבות מריחוק מקום "חזקו ואמצו ה' עמכם" און חלילה צו מאכן פשרות אין דעם ענין, און יעצט איז די צייט מעורר צו זיין כלל ישראל וואס אין כוחינו אלא בפה זיך צוזאמצונעמען מתפלל צו זיין אינאיינעם להעביר רוע הגזירה אי"ה דעם קומענדיגן א' נצבים וילך הבעל"ט, און די רבי האט זיך געוואנדן צואלע מנהיגים פון אלע קהילות קדושות אין אמעריקע מען זאל זיך צושטעלן צו דעם יום תפילה און דאס וועט זיין א שטארקע חיזוק פאר תושבי ארץ הקודש. אזוי אויך האט די רבי ארומגערעט איבער די ביטערע גזירת החינוך אין ניו יארק און געבעטן אלע עסקנים וואס זענען עוסק אין דעם זאלן האלטן פאר די אויגן אז מען טאר נישט מאכן קיין פשרות בנוגע די חינוך! נאר מען דארף קעמפן בעוז ובגבורה.
דער רבי האט ממשיך געווען זאגענדיג אז רביה"ק בעל הילולא זי"ע האט אונז איבערגעלאזט דריי ירושות, די ערשטע איז זיינע הייליגע ספרים בכל מקצועות התורה, די צווייטע איז די מוסדות התורה בכל אתר ואתר און בפרט די ישיבה גדולה וואס גיט טאקע ארויס גוטע פירות, און דעריבער איז זייער שווער די קשיא אויף די מענטשן וואס מיינען אז זיי זענען קלוגער און שיקן אוועק די בחורים צו אזויגערופענע גוטע ישיבות וואס צום סוף קומט מען אן קיין ארץ ישראל וואס די הפקירות דארט איז אין לשער און עס מאכט אן א חורבן ואיזהי חכם הרואה את הנולד און שיקט די קינדער נאר צו די היימישע ישיבות, די דריטע חלק איז די הייליגע שטאט קרית יואל וואס די בעל הילולא האט אויפגעשטעלט מיט אסאך יגיעה און עס וואוינען שוין היינט צוטאגס אין קרית יואל אריבער אכט טויזענט משפחות כ"י! וואס רובם ככולם פירן זיך אויף ווי עס פאסט און ברענגען אים א נחת רוח.
די רבי האט זיך אויסגעדריקט אז שוין פערציג יאר וואס כ'האב ב"ה די זכי' מרים צו זיין כבוד תורה אין קרית יואל בכל ענינים, קביעות עתים לתורה, חינוך הבנים והבנות בכמות ובאיכות, די כח התפילה, און נאך פילע ענינים, 'זה ל"י ארבעים שנה' וואס כ'בין א שליח פונעם טאטן די ברך משה צו שטיין על המשמר און כ'בין זיכער אז די פעטער די בעל הילולא זי"ע וועט מיר מכיר טובה זיין אויף די כוחות און די ארבעט להגדיל תורה ולהאדירה כרצונו הק', די רבי האט אויסעשריגן פאר די אלע וואס פרובירן צו צוברעכן די כח הקדושה אין שטאט ווילן מיר זאגן אז זיי וועלן נישט מצליח זיין וזכותו הגדול יגן עלינו עס זאל בלייבן א הייליגע און ערליכע שטאט עד ביאת הגואל, דאן האט זיך די רבי באצויגן צו די מצב הדירות אין קרית יואל ווי שוין ברייט באריכטעט. דער רבי האט מסיים געווען מיט א קריאת קודש צו לערנען ספר בני יששכר די מאמרים אויף חודש תשרי אלץ א ריכטיגס הכנה צו די הייליגע טעג, און צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור. נאך די דברות קודש האט די רבי שליט"א געבענטשט על הכוס.
ערב שבת קודש אינדערפרי, בעצם יומא דהילולא, איז א ריזיגער ציבור בעלי בתים און זקני החסידים, אברכים ובחורי חמד אריינגערעכנט פילע געסט געקומען מיטדאווענען תפילת שחרית מיטן רבי'ן שליט"א בהיכל הישיבה גדולה, צוזאמען מיט די הונדערטער בחורים תלמידי הישיבות בליעה"ר בקרית יואל און אַנדערע מקומות. דער רבי שליט"א האט יורד געווען לפני התיבה מיט אגעוואַלדיגע התעוררות און התרגשות וואס האט יעדן מיטגעצויגן צו אן התעוררות נפלא.
נאכ'ן דאווענען איז פארגעקומען דער מעמד "הכנה לעלי' לציון" און "סיום הש"ס" וואס איז געלערנט געווארן דורך די בחורי חמד תלמידי הישיבה לכבוד די יומא דהילולא, די רבי האט צום ערשט געמאכט די סיום ששה סדרי משנה און געזאגט די קדיש, מען האט געזינגען ניגוני התעוררות ודביקות, דאן האט מען געהאט די זכי' צו הערן די דברות קודש פון רבי'ן שליט"א, וועלכער האט אַרומגערעדט איבער דעם גרויסן כח פון צדיקי אמת, צדיק גוזר והקב"ה מקיים, און דערמאנט די פארשידענע ישועות אויף וואס אידן זענען אנגעוויזן בכלל ובפרט, און אויסגעפירט מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור.
דאן איז דער רבי שליט"א ארויף צום ציון הק' אין באגלייטונג פון א ריזן ציבור חסידים ואנשי מעשה. דער גאנצער אוהל איז געווען געשטאפט מיט חסידים עד אפס מקום, ווען הונדערטער בחורים שטעלן זיך אין די הייעך, צו קענען מיטהאלטן די התרגשות'דיגע מאמענטן. דער רבי שליט"א האט זיך געשטעלט נעבן דעם ציון הק', און מיט גרויס התעוררות געזאגט די תפלה פונעם הייליגן ישמח משה זי"ע, און דאן פארגעזאגט ספר רביעי שבתהילים בהתעוררות רב, בפרט ביי די יהי רצון, און קדיש דערנאך. נאך תהילים זאגן האט דער רבי שליט"א געלערנט א פרק משניות און געזאגט קדיש דרבנן, און דאן געליינט קוויטלעך פונעם ציבור, בעת די ארומיגע משתטחים זינגן ניגוני התעוררות והתרגשות וואס מ'פלעגט זינגן בבית מדרשו של בעל ההילולא, שפעטער האט דער רבי שליט"א זיך משתטח געווען אויפ'ן ציון הק' און א לענגערע צייט מתפלל געווען אויף ישועתן של ישראל מיט גרויס התרגשות בזכותו פונעם בעל הילולא זי"ע, מיטן האפענונג פון יעדער אז מ'האט גע'פועל'ט אלעס גוטס.
Comments