מיטוואך חיי שרה • י"ט חשון תשפ"ה | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: שוקי לרר
האדמו"ר רבי דוד אבוחצירא שליט"א איז די וואך זונטאג אנגעקומען קיין בני ברק ווי ער האט מפאר געווען בראש השמחה ביי די שמחת החתונה פון די חתן א זון פון מקורבו הרב מנחם מנדל פאמאראנץ ריש מתיבתא מכון עוז והדר, אויסצודריקן רגשי הערכה והכרת הטוב פאר זיין געוואלדיגע פעולות לטובה אינערהאלב מכון עוז והדר און בפרט די ספרי חסידות ראוואלוציע וואס שטייט תחת נשיאותו פונעם מקובל.
דער מקובל האט באשיינט די קבלת פנים און מסדר געווען די כתובה, און זיך באגריסט מיט די אנוועזנדע רבנים אויפן אויבן אהן ובראשם הגאון הגדול רבי ברוך דב פוברסקי ראש ישיבת פונוביז און הרה"צ רבי דוד אלתר בן זקוניו פון כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א, ביים חופה איז ער מכובד געווארן מיט סידור קידושין.
Comments