top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

בא יבוא ברנה: האד' מאלכסנדר פון בארא פארק וועט פראווען שבועות בקרב עדתו אין ארה"ק

דינסטאג פ' בחוקותי • כ' אייר תשפ"ד | בחצרות הקודש


גרויס התרגשות נעמט ארום חסידי אלכסנדר אין ארץ ישראל, נאכדעם וואס ס'איז באשטעטיגט געווארן אז כ"ק אדמו"ר מאלכסנדר שליט"א על ישראל הדרתו אין בארא פארק, וועט אין אן ערשטמאליגער שריט אפרעכטן יו"ט שבועות קבלת התורה בקרב עדת צאן מרעיתו אין ארץ ישראל.


דער אלכסנדר רבי שליט"א פון בארא פארק איז מצודתו פרוסה קיין ארץ ישראל פארמאגנדיג שוין היינט א נעץ פון פרעכטיגע צענטערן מיט שטיבלעך ברחבי ארה"ק, דאס נעמט אריין ירושלים, בני ברק, אשדוד און ביתר, וואו די אלכסנדר חסידים האלטן זיך צוזאם און אטעמען כסדר מאור השפעתו פונעם אלכסנדר רבי שליט"א.


אצינד איז דער רבי נעתר געווארן לבקשת החסידים און וועט אונטערנעמען א ספעציעלע נסיעה צו אפרעכטן דעם יו"ט שבועות אין ארץ ישראל, און פראווען די געהויבענע תפלות און טישן בבית מדרשו אין בני ברק. דער ביקור קודש וועט זיך ציען אויף צוויי וואכן, ווען במשך די צייט וועט דער רבי אויפנעמען די חסידים מיט קוויטלעך אין די שטיבלעך אין אלע שטעט, און פוקד זיין די מקומות הק' אין ארץ ישראל.

Comments


bottom of page