מאנטאג פ' כי תצא • ו' אלול תשפ"ד | בחצרות הקודש
בילדער קרעידט: JDN
עבדי יעק"ב אשר בחרתיך זרע אברה"ם אוהבי: די אידישע וועלט איז דעם מוצאי אריינגעפאלן אין א טרויער און שרעקליכע אומבאשרייבליכע אומעט דערהאלטנדיג די ביטערע בשורה איבער דעם הסתלקות פון דעם צדיק וקדוש, חסידא ופרישא, נהורא נפישא, פאר הדור והדרו, כ"ק מרן אדמו"ר הרה"ק מסקולען זצוק"ל. ויעקב הלך לדרכו, ויאמר ה' הלך עבדי ישעיהו.
די פריצייטיגע פטירה איז געקומען נאך לאנגע וואכן וואס כלל ישראל האט מיטגעהאלטן דעם שווערן קאמף צווישן אונזער דור יתום וועלכע האט געגארט צו האבן ווייטער דעם צדיק מיט אונז און די מלאכי מרום די אראלים וועלכע האבן פארבעטן נשמתו הטהורה פונעם רבי'ן זצוק"ל ארויפצוקומען בשמי מעל. כלל ישראל האט אזויפיל איינגעריסן לקיים בנו חכמי ישראל. איבעראל האט מען געבעטן און איינגעריסן לרפואת מרן ישעי' יעקב בן ריזל. אבער די שערי רחמים זענען ליידער געווען פארשלאסן. נצחו אראלים את המצוקים ונשבה ארון אלקים. הוא הלך למנוחות ואותנו עזב לאנחות. הוי מי יתן לנו תמורתו!
די רבי זצ"ל איז געבוירן געווארן ביום כ"ו אדר שנת תשט"ז לפ"ק אין בוקארעסט - רומעניע, אלס דער עלטסטער זוהן צו זיין טאטן כ"ק אדמו"ר הרה"ק מסקולען זצ"ל בעל 'מאור ישראל', בן הרה"ק בעל 'נועם אליעזר' מסקולען זי"ע, בן הרה"ק ר' ישראל אברהם פארטוגאל זצ"ל אבד"ק סקולען בעל 'שם ושארית ישראל'. זיין מוטער הרבנית הצדיקת מרת ריזל ע"ה איז געווען א טאכטער פון הגה"צ המפורסם ר' מנחם זאב שטערן זצ"ל אבד"ק גבעת שאול בירושלים עיה"ק, וועלכער איז געווען פון די ערשטע תלמידים פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע אין שטאט סאטמאר.
ביים ברית האט מען אים געגעבן דעם נאמען 'ישעי' יעקב' נאך הגה"ק ר' ישעי' שור זצ"ל בעמח"ס כליל תפארת, רבו המובהק פון רבי'נס עלטער-זיידן דער בעל שם ושארית ישראל זצ"ל מסקולען, און נאכ'ן עלטער-זיידן הגה"ח ר' יעקב שיינפעלד ז"ל שווער פון הרה"ק בעל נועם אליעזר מסקולען זצ"ל.
דער רבי זצ"ל איז געבוירן געווארן אין די גאר שווערע תקופה ווען די אידן אין רומעניע האבן געהאט אויסצושטיין ביטערע צרות פון די קאמוניסטן, און בעיקר האבן זיין הייליגער טאטע און זיידע די צדיקי בית סקולען זצ"ל געליטן פון ביטערע עינויים ויסורים דורך די קאמוניסטישע רשעים וועלכע האבן זיי שרעקליך אויסגע'רודפ'ט צוליב זייער הייליגע עבודה פון פארשפרייטן אידישקייט אין רומעניע, דער רבי זצ"ל וועלכער איז געווען דאן גאר א קליין קינד האט נאך געדענקט פארשידענע זכרונות פון די שווערע מיטמאכענישן וואס זיין הייליגער טאטע און זיידע זענען אדורך, ווי זיי זענען געזעצן אין די שווערע רומענישע תפיסות און ער האט דאן זייענדיג אזא יונג קינד אפטמאל זיי נישט געקענט זעהן פאר לאנגע תקופות נאכאנאנד, און ביי איין אזא פאל ווען מען האט ארעסטירט זיין טאטן דעם בעל מאור ישראל זצ"ל איז די רביצין ריזל ע"ה געגאנגען שתד'לען פאר זיין באפרייאונג מיטנעמענדיג מיט זיך איר קליין יונגעל דער רבי זצ"ל, און די רשעים האבן זיי ביידן אויך דאן איינגעשפארט פאר עטליכע שעה.
נאכ'ן דראמאטישן באפרייאונג פון די צדיקי בית סקולען פון תפיסה שבת נחמו תשי"ט – ווען דער רבי איז געווען אין עלטער פון 3 און א האלב יאר – האט די הייליגע משפחה געמאכט דעם וועג ארויס פון אייזערנעם פארהאנג צו די פרייע וועלט, דער רבי זצ"ל איז מיט זיין פאטער און זיידע אנגעקומען צום ערשט קיין אנטווערפען וואו זיי האבן זיך אויפגעהאלטן א שטיק צייט, שפעטער בשנת תשכ"א זענען זיי אנגעקומען קיין אמעריקע וואו דער רבי בעל נועם אליעזר זצ"ל האט זיך באזעצט אין קרוינהייטס און האט דארט אויפגעשטעלט דעם הייליגן סקולענער הויף, און אויך דער רבי בעל מאור ישראל זצ"ל מיט די משפחה האבן זיך דארט באזעצט.
פון זיינע גאר פריע יארן איז דער רבי זצ"ל אויפגעוואקסן על ברכיו פונעם גרויסן זיידן דער בעל נועם אליעזר זצ"ל און האט געשעפט פון זיין הייליגן קוואל פון תורה ועבודה בקדושה וטהרה ובמסי"נ ממש און אויסטערלישע צדקות און אהבת ישראל, ער האט כל ימיו געקאכט אינעם הייליגן זיידן און האט ממש נישט מסיח דעת געווען פון אים, וכמים הפנים אל פנים איז געווען באוואוסט אלע יארן די אויסטערלישע הערצה וואס דער בעל נועם אליעזר האט שטענדיג ארויסגעוויזן פאר דעם געהויבענעם אייניקל, און האט כסדר שטאלצירט מיט אים אויף א זעלטענעם פארנעם, און האט זיך נישט איינמאל אויסגעדריקט אז ארויפקומענדיג אויף יענער וועלט ווען מ'וועט אים פרעגן ווער ער איז וועט ער זאגן אז ער איז דער זיידע פון 'ישעי' יאנקעלע' ווי ער פלעגט איהם רופן בלשון חיבה.
דער רבי זצ"ל האט געלערנט אלס קינד אין די סאטמארער חדר אין קרוינהייטס, און שפעטער בשנת תשכ"ו ווען זיין טאטע דער מאור ישראל זצ"ל האט זיך באזעצט אין בארא פארק אויף די 54'סטע גאס ביי די 13'טע עוו. – וואו ער האט דארט אויפגעשטעלט זיין ביהמ"ד וואו עס געפינט זיך דער הייליגער סקולענער הויף ביז'ן היינטיגן טאג – האט דער רבי ממשיך געווען צו לערנען אין די סאטמארער חדר אין בארא פארק, נאך די בר מצוה איז ער אריין לערנען אין די סאטמארער ישיבה אין סענדס סט. וואו ער האט מקבל געווען מתורתו והשפעתו פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע, וואס כל ימיו האט ער זיך פאררעכנט אלס סאטמארער תלמיד און אסאך יארן פלעגט ער ביי פארלערנען פון זיינע חידושי תורה בבית מדרשו 'מאור הגולה' אין מאנטריאל.
אויך אין די יארן ווען דער רבי האט שוין געוואוינט אין בארא פארק פלעגט ער אפט פארן קיין קרוין הייטס צום זיידן דער נועם אליעזר זצ"ל, ובפרט ביי געהויבענע זמנים און שבתים וימים טובים, וואו דער זיידע האט גאר שטארק זיך משתעשע געווען מיט אים. ביי די 16 יאר איז דער רבי געפארן לערנען קיין ארץ ישראל אין ישיבה תפארת ישראל רוזין, וואס זייענדיג מקושר מבית אבותיו צו צדיקי בית רוזין האט זיין טאטע דער בעל מאור ישראל זצ"ל אים געשיקט לערנען דארט, אין יענע תקופה האט דער רבי זיך גאר אסאך געווייקט בצלו פונעם זיידן דער גבעת שאול'ער רב זצ"ל וועלכער האט געוואוינט בשכינות פון די רוזינער ישיבה.
שוין פון אלס יונגער בחור איז דער רבי געווען באוואוסט אלס איינער וועלכער איז משכמו ולמעלה גבוה מכל, ער איז געזעצן און געלערנט יומם ולילה אן אויפהער בקדושה וטהרה און פלעגט זיך ווייניג לייגן אין בעט, און האט געדינט דעם אייבערשטן מיט א געוואלדיגן מסי"נ בקדושה ופרישות יתירה, און אלע האבן דאן מעיד געווען כי לגדולות נוצר.
בשנת תשל"ה האט דער רבי אויפגעשטעלט זיין שטוב מיט תבלחט"א הרבנית הצדיקת תליט"א, טאכטער פון הגה"צ ר' מאיר גרינוואלד זצ"ל אבד"ק טעטש בן הגה"ק ר' אברהם יוסף גרינוואלד זצ"ל אבד"ק אונגוואר, בנו הגדול פון הגה"ק בעל ערוגת הבושם זי"ע. דער טעטשער רב זצ"ל האט שוין דאן נישט געלעבט און זיין רביצין ע"ה האט חתונה געהאט בזיוו"ש מיט הגה"צ ר' יצחק אייזיק מאשקאוויטש זצ"ל רב וראש ישיבת מאור הגולה אין מאנטריאל, וועלכער האט גאר שטארק מקרב געווען דעם באליבטן איידעם דער רבי זצ"ל.
נאך די חתונה האט דער רבי זיך באזעצט אין מאנטריאל וואו ער האט ממשיך געווען מיט זיין הייליגע עבודה ביתר שאת ויתר עז, דער רבי האט יארן לאנג געלערנט אין סקווערער כולל אין מאנטריאל וואו צווישן אנדערע האט ער אנגעקניפט גאר א נאנטן קשר מיט יבלחט"א הגה"צ ר' יוחנן וואזנער שליט"א ראב"ד סקווירא. בשנת תשנ"ג נאך די פטירה פון הגה"צ ר' יצחק אייזיק מאשקאוויטש זצ"ל איז דער רבי נתמנה געווארן אלס ממלא מקומו צו דינען אלס רב דביהמ"ד מאור הגולה, וואס איז לשם ולתהלה ביז'ן היינטיגן טאג.
דער רבי זצ"ל איז געווען ממש א דמות פון אן אור מופלא רום מעלה, א איד וואס כל העולם ענו אחריו מקודש זייענדיג באוואוסט אלס עובד ה' מנעוריו מיט גאר הויכע מדריגות ווי אמאליגע צדיקים, ער איז געווען א גאון אין אלע 3 עמודי העולם, א בקי אין אלע חלקי התורה וואס ממש כל רז לא אניס לי', אן עובד השי"ת וועלכער האט זיין גאנץ לעבן געריסן שטיקער פון זיין אזוי-אויך שוואכן גוף און האט ממש נישט הנאה געהאט פון דער וועלט, אן איש קדוש וועלכער האט געלעבט מיט א זעלטענעם פרישות און ווי באוואוסט פלעגט ער אלץ זיצן אויפ'ן שפיץ בענקל און האט זיך קיינמאל נישט אנגעלאנט, א גאון בצדקה וחסד וועלכער האט פארקערפערט אין זיך דעם אהבת ישראל נוסח סקולען און האט כל ימיו מיטגעשפירט מיט אנדערע אידישע קינדער, שמח בשמחתן ומיצר בצרתן, אויף א פארנעם וואס ס'איז ממש נישט געווען זיינסגלייכן, אזוי אויך איז זיין שטוב געווען א בית פתוח לרווחה פאר געסט וועלכע האבן דארט כסדר באקומען צו עסן בהרבחה ובסבר פנים יפות, ובמיוחד די תלמידים פון די סאטמארער ישיבה אין מאנטריאל וועלכע פלעגן עסן ביים רבי'ן די סעודות שב"ק אויף א קביעות'דיגן פארנעם.
נאך אין די פריערדיגע תקופה זייענדיג א יונגערמאן האט דעם רבי'נס הייליגן נאמען זיך דערטראגן ביי אידישע קינדער אומעטום, ס'איז געווען באוואוסט אין די גאנצע אידישע וועלט אז דעם סקולענער רבי'נס עלטסטער זוהן איז אן איש צדיק וקדוש עליון וועלכער דינט השי"ת אויף א פארנעם ווי די פריערדיגע צדיקים, און וואו אימער ער איז געגאנגען האבן אידן אים נאכגעקוקט בסילודין וביראת הכבוד ווען מען האט געקענט שעפן יראת שמים בלויז קוקנדיג אויף זיין שיינענדיגע הייליגע צורה.
במשך אלע יארן פלעגט דער רבי כסדר קומען צו פארן קיין ניו יארק להסתופף בצל קדשו פון זיין גרויסן טאטן דער בעל מאור ישראל זצ"ל, מאכנדיג דעם לאנגן וועג פון מאנטריאל בטלטולי דגברא וטלטולי דאורחא מיט זיין שוואכן גוף, כדי צו קענען זיך געפינען במחיצת הקודש פונעם הייליגן טאטן וועם ער האט אזוי שטארק מכבד געווען און איז געשטאנען לימינו כל ימיו, ולעומתו האט אים דער הייליגער טאטע ארויסגעוויזן אזא מין חיבה והערצה און האט זיך אויסטערליש געפריידט יעדעס מאל ווען ער איז געקומען באזוכן.
אנפאנג יאר תשע"ב איז דער רבי זצ"ל שטארק נישט-געזונט געווארן צוליב קאמפליקאציעס מיט די לעבער, און איז געווען אין גאר א קריטישן צושטאנד, בשעת גאנץ כלל ישראל האט איינגעריסן בתפלה ותחנונים פאר זיין רפואה און בחסדי שמים איז דער רבי ארויסגעקומען מכלל סכנה, אבער זינט דאן האט ער די גאנצע צייט זיך געמוטשעט מיט שווערע יסורים און געזונטהייט קאמפליקאציעס ל"ע, טראץ דעם איז ער אנגעגאנגען מיט זיין עבודת הקודש במסי"נ למעלה מכוחותיו.
ביום המר כ"ו אדר ב' שנת תשע"ט איז אביו הגדול דער מאור ישראל זצ"ל נתבקש געווארן לישיבה של מעלה, און ביי די מסע הלוי' האט דעם רבי'נס שוואגער יבלחט"א הגה"צ וויטקער רב שליט"א מכתיר געווען דעם רבי'ן אלס ממלא מקום אביו, דער רבי האט דאן זיך געצויגן קיין בארא פארק וואו ער האט אנגעפירט דעם הייליגן סקולענער הויף בגאון ובעוז, און דער ווינקל אויף 54 ביי 13 איז געווען אן אבן שואבת פאר טויזענטער אידן סיי תושבי בארא פארק און סיי חסידים ואנשי מעשה פון אומעטום, וועלכע זענען געקומען זיך אנשעפן מבארו הטהור פון רבי'ן זצ"ל, אין די שבתים וימים טובים און פארשידענע געהויבענע זמנים, ווען דער רבי פלעגט מעורר זיין אידן מיט זיינע קאכעדיגע טרערן-געווייקטע תפלות באש קודש, און אויך ביי די ליכטיגע געהויבענע טישן אויפ'ן געהויבענעם נוסח אבותיו הקדושים, וואס זענען געווען א קוואל פון חיזוק און אמונה ובטחון פאר רבבות אלפי ישראל.
אזוי אויך איז דעם רבי'נס הויז געווען א תל תלפיות שהכל פונים אלי', פילע אידן פלעגן טעגליך באלעגערן דעם רבי'נס הויז אריינצוגיין מיט קוויטלעך להפקד בדבר ישועה ורחמים אדער פאר עצות אין אלע ענינים ברוחניות ובגשמיות, און דער רבי מיט זיינע שוואכע כוחות און פארנומענעם טאג לתורה ועבודת השי"ת פלעגט מאכן צייט פאר אידישע קינדער, און האט יעדן איינעם אויסגעהערט אויף א פרטיות'דיגן פארנעם מיט'ן גרעסטן געדולד, וואס יעדער איד וועלכער איז אריבער זיין שוועל קען מעיד זיין ווי דער רבי האט זיך מיטגעפריידט מיט יעדן און מיטגעשפירט יעדנ'ס צער כאילו דאס איז זיין אייגענע, און פילע אידן זענען טאקע געהאלפן געווארן מיט ישועות ורפואות דורך זיינע הייליגע ברכות.
אין די זעלבע צייט איז דער רבי געווען דער גודר גדר ועומד בפרץ וועלכער האט געהיטן על גחלת ישראל שלא תכוה, ער האט כסדר מעורר געווען קעגן פירצות הדור ובמיוחד קעגן די טעכנאלאגישע כלים טמאים, זייענדיג ממשיך די מלחמה הקדושה וואס זיין הייליגער טאטע האט אויסגערופן קעגן אט די קליפה, אזוי אויך פלעגט ער כסדר מעורר זיין אויף עניני צניעות און זהירות בכבוד בית הכנסת וקדושת התפלה, און נאך פארשידענע ענינים הצריכים חיזוק.
וצדיק באמונתו יחי', דער רבי פלעגט אין זיינע דברי תורה ביי די הייליגע טישן זיך אסאך קאכן מיט אמונה ובטחון און הכרת הטוב פאר'ן באשעפער, און טראץ דעם וואס ער האט נעבעך כסדר געליטן יסורים און זיך געמוטשעט מיט'ן געזונט, ובפרט אין די לעצטע תקופה ווען ער האט נישט געקענט געהעריג אטעמען און האט געדארפט צוקומען צו אקסידזשען, האט ער כמעט אין יעדע תורה און שמועס ארויסגעברענגט א שבח והודאה צו השי"ת על כל חסדיו המרובים, און פלעגט דערמאנען ווי נאך די שווערע תקופה פאר אריבער 10 יאר צוריק האט אים דער באשעפער געראטעוועט ממות לחיים און אים געשאנקן נאך יארן, וואס אט די הייליגע תורות האבן אריינגעשיינט אמונה אין אזויפיל טויזענטער אידישע הערצער.
דער רבי האט אויך ממשיך געווען די הייליגע מורשה פון אבותיו הקדושים אנצופירן די מוסדות חסד לאברהם אין ארצנו הקדושה, ער האט געטראגן אויף דעם שווערן עול אויף זיינע שוואכע פלייצעס, און האט בשארית כוחותיו ממש געבלוטיגט אז דאס זאל אנגיין געהעריג.
אין די לעצטערע חדשים איז דעם רבי'נס געזונט צושטאנד געווארן וואס אמאל שווערער און האט ליידער זיך מער און מער געמוטשעט מיט'ן אטעמען, פארלאפענעם ווינטער האט דער רבי געוויילט אויף עטליכע חדשים אין אריזאנע וואו מ'האט געהאפט אז די ארטיגע ריינע לופט וועט אים פארבעסערן דאס אטעמען, אבער ליידער איז נישט אנטשטאנען א געהעריגע שינוי לטובה און דער רבי איז געווארן נאר שוואכער.
פארלאפענעם שב"ק פ' חקת האט דער רבי דאס לעצטע מאל געפראוועט א שב"ק בבית מדרשו מיט קהל עדת צאן מרעיתו, און מוצאי שב"ק איז פארגעקומען בתופים ובמחולות די פארשפיל פאר אן אייניקל פון רבי'נס שוואגער יבלחט"א אבד"ק סטרעליסק שליט"א וועלכער האט חתונה געהאט יענע וואך אין לאנדאן הבירה.
די אנדערע וואך איז דער רבי ליידער פארשלאפט געווארן און מ'האט אים אריינגעפירט צום קארנעל שפיטאל אין מאנהעטן, וואו במשך די לעצטערע וואכן האט מען איינגעשפאנט די גרעסטע דאקטוירים און מעדעצינישע מומחים צו קענען פארבעסערן דעם רבי'נס געזונט צושטאנד, און אין די זעלבע צייט האבן רבבות אלפי ישראל בכל קצוי תבל איינגעריסן ביים בורא כל עולמים מיט תפלות און קבלות טובות אז ער זאל איבערלאזן דעם הייליגן צדיק אין אונזער שוואכן דור אז מען קענען נאך נהנה זיין מאורו הקדוש והטהור.
ליידער אבער זענען די שערי שמים געווען געשלאסן, און פארלאפענעם מוצאי שב"ק פ' שופטים האט דער רבי אויסגעהויכט זיין הייליגע נשמה במיטב שנותיו, בן חיי"ם שנה, במעמד פון די משפחה און מקורבים וועלכע האבן געזאגט די פסוקי דרחמי מיט התעוררות און בכיות וואס האבן געשפאלטן הימלען.
זונטאג איבער'ן טאג האבן רבבות אידן באגלייט דעם רבי'ן למנוחות. ביי די גרויסע לוויות וואס זענען פארגעקומען אין בארא פּארק און דערנאך אין מאנסי, האבן זיך באטייליגט צענדליגער טויזנטער אידן וועלכע האבן באוויינט די ביטערע און שרעקליכע אבידה פאר'ן דור. הצדיק אבד לדורו אבד. ויבכו אותו כל בית ישראל.
מה זרעו בחיים אף הוא בחיים, דער רבי לאזט איבער די חשוב'ע קינדער בנין וחתנין רבנן. בנו הגדול הרה"צ ר' אהרן מאיר שליט"א איידעם ביים רבינ'ס שוואגער הגה"צ ר' שלמה אליעזר ברוינשטיין שליט"א אבד"ק טערניווא, בנו הרה"צ ר' אליעזר זוסיא שליט"א איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל שליט"א פון בארא פארק.
חתנו הגה"צ ר' מרדכי דוב בעק שליט"א אב"ד טאלמיטש בן כ"ק אדמו"ר מטשערקאס שליט"א, חתנו הגה"צ ר' יואל מאסקאוויטש שליט"א אב"ד מאור הגולה בן הגה"צ אבד"ק שאץ שליט"א, חתנו הרה"צ ר' יוסף משה אונסדארפער שליט"א ר"מ בישיבה גדולה אור החיים ד'טאהש בן הגה"צ אבד"ק ראשית חכמה מאנטריאל שליט"א, הרה"צ ר' מנחם נחום טווערסקי שליט"א מרביץ תורה בביהמ"ד סקולען בן הגה"צ אבד"ק ראחמיסטריווקא מאנסי שליט"א, הרה"צ ר' דוד פריעדמאן שליט"א ראה"כ סקולען וויליאמסבורג בן הגה"צ רבי ברוך אברהם פריעדמאן דומ"ץ סאטמאר העריסאן, און חתנו הרה"צ ר' יעקב מענדל בריעף שליט"א ראה"כ סקולען בארא פארק זוהן פון הרה,ג ר' וואלף בריעף אב"ד מכון להוראה מאנסי.
צו דעם לאזט דער רבי איבער די חשובע געשוויסטער, בני וחתני הרה"ק בעל מאור ישראל מסקולען זצ"ל. די ברידער כ"ק האדמורי"ם מסקולען פון וויליאמסבורג, מאנסי, לעיקוואד, און ירושלים, די שוואגערס הגה"צ ר' בערל שטערן שליט"א אבד"ק סקולען בני ברק, הגה"צ ר' שמעון יואל וויינבערגער שליט"א אבד"ק וויטקא, און הגה"צ ר' דוד לייב קלוגהופט שליט"א אדמו"ר מסטרעליסק.
וכל בית ישראל יבכו את השריפה אשר שרף ה'.
Comments