מאנטאג פ' כי תבוא • י"ג אלול תשפ"ד | בחצרות הקודש
מטעם מוסדות "תורת חכם" איז געלאזט געווארן אין שוואונג א ברייטע אונטערנעמונג פון פארקויפן זיצן אויף ראש השנה אינעם ניי-אפגעדינגענעם מקום רחבת ידים פאר די יערליכע גרויסע "קיבוץ" בראשות הגה"צ המקובל רבי יצחק מאיר מארגענשטערן שליט"א אדמו"ר מתורת חכם.
ווי באקאנט טוט דער מקובל הגה"צ רבי איטשע מאיר די לעצטע צען יאר נישט ארויספארן קיין אומאן אויף ראש השנה, און טוט אפרעכטן א גרויסע קיבוץ אין עיר הקודש ירושלים, ווען עס קלויבן זיך צונויף פילע הונדערטער חסידים ומעריצים מיטלעבן די ימי הדין בקיבוץ אחים גם יחד, ווי ס'איז אלע יארן געווען דער מנהג ביי חסידי ברסלב צו פראווען דעם יו"ט ראש השנה בקיבוץ אנ"ש.
אין לויף פון די יארן איז געווארן זייער ענג בבית מדרשו תורת חכם צוליב'ן ריבוי העם, און אויף היי-יאר איז געלונגען פאר די הנהלת המוסדות תורת חכם צו שליסן א הסכם מיט ק"ק סאטמאר אין ירושלים, אפצודינגען א גאנצער שטאק אינעם בנין מוסדות סאטמאר אין שכונת עזרת תורה, וואס מוסדות תורת חכם וועט רענאווירן און פארוואנדלען אלס א זאל, און אויף ראש השנה די קומענדיגע פיר יאר וועט עס זיין צום באנוץ פאר מוסדות תורת חכם.
פאריגע וואך איז הגה"צ רבי איטשע מאיר אנגעקומען צום בנין און זיך אומגעקוקט אויף די בוי-ארבעט און מאציל געווען ברכת קדשו פאר די הצלחה פונעם פראיעקט, און איז באזונדער ארויס מיט א ווארעמען מכתב קודש בעטנדיג ביים ציבור אנ"ש צו העלפן צושטאנד ברענגען דעם פראיעקט כדי מ'זאל אפרעכטן דעם הייליגן ענין פון קיבוץ אנ"ש ווי הרה"ק רבי נחמן מברסלב זי"ע שרייבט מורא'דיגע ענינים איבער דעם.
עס איז ארויסגעלייגט געווארן צו פארדינגען איבער "טויזנט זיצן" וואס ווערט אין די יעצטיגע טעג צוכאפט דורכ'ן ציבור חסידים ומעריצים וואס רישן זיך צו קומען צו פארן פון איבער די וועלט לחסות בצל קדשו פון הגה"צ רבי איטשע מאיר שליט"א בעיר הקודש ירושלים.
Comments