דאנערשטאג פ' נצבים - וילך • כ"ג אלול תשפ"ד | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: JDN
דעם מאנטאג נאכמיטאג האט כ"ק אדמו"ר ממחנובקא בעלזא שליט"א פארלאזט דעם אכסניא אין ירושלים ווי די רבי האט געוויילט די לעצטע וואך אויף אפרוה אויפן וועג צום שטאט בית שמש, די רבי אזי צום ערשט צוגעפארן צום נייעם בנין הת"ת דחסידי מחנובקא בעלזא אין די רמה ד' געגנט אין שטאט וואס איז פארענדיגט געווארן צו דעם זמן הלימודים כלול בהדרו ובמראה יפיו, די רבי שליט"א האט דארט געדאווענט מנחה אינעם נייעם בנין, און דערנאך קובע געווען א מזוזה ביים הויפט אריינגאנג, און מכבד געווען מיט די איבעריגע מזוזות אין די קלאסן בנו הגה"צ רבי יוסף מאיר רוקח שליט"א אבד"ק מחנובקא בעלזא בית שמש, און דער מעיאר פון שטאט ר' שמואל גרינבערג הי"ו.
דערנאך האט די רבי אפגעראכטן א שולחן לחיים לרגל די חנוכת הבית, ווי עס זענען געווען אנוועזנד די מעיאר און זיינע געהילפן אינעם שטאטראט, די רבי האט פארטיילט שיריים און געוונטשן לחיים פאר אלע עוסקים במלאכת הקודש, און משמיע געווען קורצע דברות קודש איבער מחנך זיין א מקום תורה ותפילה פאר תינוקות של בית רבן, פון דארט איז די רבי צוגעפארן לבית בנו הרה"צ רבי יוסף מאיר רוקח אבד"ק מחנובקא בעלזא בית שמש ווי די רבי שליט"א האט אויפגענימען די חסידים תושבי בית שמש בפתקי דרחמי לקראת הימים הנוראים הבאים לקראתינו לשלום.
Comments