top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מראחמיסטריווקא הייבט אן דאווענען בהשכמה; הוראה פאר די בחורים נישט צו קומען במחיצתו ביי שטילע שמו"ע

דינסטאג פ' כי תצא • ז' אלול תשפ"ד | בחצרות הקודש

 

דעם ערב שבת האט זיך כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א אהיימגעקערט קיין עה"ק ירושלים נאכן זיך ערהוילן פונעם אפעראציע וואס די רבי שליט"א איז דורך אויפן קאפ. דעם שבת איז שוין די רבי שליט"א אריינגעקומען צו א קורצן טיש פרייטאג צונאכטס וואו מען האט געזינגען די זמירות שבת און די רבי האט געוואונטשן לחיים און געזאגט תורה. 


באזונדער האט די רבי שליט"א משנה געווען פון זיין לאנגיעריגע הנהגה פון דאווענען שפעט, און אנגעהויבן דאווענען גאר פרי, ביים נץ, אנגעהויבן פון פאריגע וואך. טאג-טעגליך זינט'ן אפעראציע שטעלט זיך די רבי שליט"א תפילת שחרית אין די גאר פריע פארטאגס שעה'ן נאכ'ן עלות, מיט א מנין חסידים וואס ווארטן אפ ביז ווילאנג די רבי שליט"א איז גרייט צום דאווענען. בעפאר הודו גייט די רבי ארויס אויף א הפסקה און דאס זעלבדע נאך די שטילע שמונה עשרה. אויך דעם שבת האט זיך די רבי געשטעלט גאר פריה ארום 6:00 פארטאגס און פארענדיגט דאווענען ארום 1:30 נאכמיטאג נאך עטליכע הפסקות בין גברא לגברא.


אין אנדערע נייעס האט די רבי שליט"א נעכטן מאנטאג צופרי נאכ'ן דאווענען  אריינגערופן נאמן ביתו הר"ר שמואל שטיינער, און דער משגיח פון די ישיבה הרב אברהם ערבליך, און איבערגעגעבן די הוראת הקודש פאר די בחורים אז מ'זאל נישט קומען נאנט צו אים ביים דאווענען שטילע שמו"ע.


דאס קומט נאכדעם וואס דער רבי איז געוואר געווארן אז עס שטייען בחורים און הערן אויס זיין שטילע שמו"ע, וואס כידוע דאווענט דער ראחמיסטריווקא רבי אביסל הויך שמו"ע און די וואס שטייען ארום קענען הערן די ווערטער יוצאים מפורש מפי כהן גדול.


דער רבי איז דערפון געווארן שטארק צוקאכט, און געצייגט פון אינעווייניג פון זוה"ק און פון נאך ספרי קודש דעם חומר הענין פון אויסהערן די שטילע שמו"ע, ספעציעל דער שארפאר לשון פונעם זוה"ק אז אזעלכע תפילות גייען ח"ו פאר די חיצונים. האט דער רבי אויף דעם ארויף ארויסגעגעבן די הוראה אז ביז עטליכע פיס פונעם דאווען שטוב טאר קיינער נישט שטיין, און געשטעלט דעם משגיח ר' אברהם ערבליך אלס אחראי צו אינפארסירן די הוראה, און פארטרייבן יעדן וואס וויל קומען אין די פארבאטענע זאנע במחיצת רבם.


Comments


bottom of page