מאנטאג פ' ויחי • ו' טבת תשפ"ה | בחצרות הקודש
אין ליכט פון א פארמערטע צאל פעלער וואס זענען אנגעקומען צו כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א איבער אזעלכע וואס זענען אנגעשטעקט געווארן פון די פלו אויף א גאר שווערע פארנעם, איז ארויסגעגעבן געווארן די הוראת הקודש פונעם רבי'ן שליט''א פאר אלע חסידים אין ארץ ישראל, אנשים, נשים וטף, זיך צו לאזן וואקסינירן קעגן די פלו - וואס ווערט אנגערופן אין ארץ ישראל 'שפעת'.
די הוראת הקודש איז אפציעל איבערגעגעבן געווארן דורך ארגון 'יד אחת' דחסידי גור וואס שטייט בראשות הרה"ג ר' שמעון ראטשטיין שליט"א חתנא דבי נשיאה כ''ק האדמו''ר מגור שליט''א, וואו עס איז איבערגעגעבן געווארן דעת קדשו אז אפילו די וואס שפירן נישט קיין סימפטאמען וכדומה זאלן באצייטנס נעמען די וואקסין צו זיין פאראויס באשיצט קעגן די פלו פארשפרייטונג וואס האט די לעצטע תקופה צוגעברעגנט ערנסטע מענטשליכע קעיסעס.
Comentarios