מוצאי שבת פ' שלח • כ"ג סיון תשפ"ד | בחצרות הקודש
בילד קרעדיט: יעקב כהן
ברוך דיין האמת:
אין עיה"ק ירושלים איז דעם שבת נפטר געווארן דער זקן המקובלים הגה"צ רבי שלום אהרן שמואלי זצ"ל ראש ישיבת המקובלים נהר שלום וועלכע האט זוכה געוועהן צו אן אויסטערלישע אריכות ימים און איז נסתלק געווארן אין טיפן עלטער פון הונדערט און זעקס יאהר.
דער מקובל איז געווען א תלמיד פונעם באקאנטן מקובל הגה"צ רבי מרדכי שרעבי זצ"ל פון וועם ער האט יונק געווען און געלערנט תורת הקבלה, ער איז געווען א צדיק נסתר ונחבא לכלים, ער איז כל ימיו געוועהן א נהנה מיגע כפיו און עוסק געוועהן על המחיה ועל הכלכלה אלס א שוסטער אין זיין קליין באשיידענעם ווינקל אויף רח' אגריפס.
פילע אדמורי"ם פלעגן ארויפקומען באזוכן דעם מקובל אין זיין שטוב אין די מחנה יהודה געגנט און פארברענגען בתורת הנסתר, א באזונדערע קשר האט ער פארמאגט מיט יבלחט"א כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א וועלכע פלעג אפט ארויפקומען באזוכן ביים מקובל אינדערהיים.
טראץ זיין הויעכן עלטער איז דער מקובל רבי שלום אנגעגאנגען מיט זיין עבודת הקודש בצלילות הדעת ביז עטליכע וואכן צוריק ווען ער איז אריינגעפירט געווארן צום שערי צדק שפיטאל ווי זיין מצב האט זיך פארערגערט, און דעם שבת צופרי האט ער צוריק געגעבן זיין נשמה ליוצרה בשיבה טובה אין עלטער פון 106 יאהר.
ער לאזט איבער נאך זוך א שיינעם דור זרע ברך ה', ובראשם זיין זון הגאון המקובל רבי בניהו שמואלי שליט"א ראש ישיבת נהר שלום אין ירושלים.
תהא נשמתו צרורה בצרור החיים
Comments