top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

זעלטענע מאניפעסטאציע פון כבוד התורה ביי מעמד אדיר "קבלת פני רבותינו" אין לאנדאן | ברייטע דעקונג

מיטוואך פ' מטות מסעי • כ"ה תמוז תשפ"ד | בחצרות הקודש‎

בילדער קרעדיט: דודי בראון - Next level events

 

מה מאוד נהדר המראה ווי שווערע טויזענטער אידן פון איבער גאנץ ענגלאנד האבן אויסגעשריגן 'אין לנו שיור רק התורה הזאת' ביים היסטארישע מעמד 'קבלת פני רבותינו ומעמד כבוד התורה' פאר די גדולי ומאורי הדור רבותינו שבארץ ישראל, אינעם גיגאנטישן 'אייקיא' פעסטונג בתוככי עיר לאנדאן, אין שפיץ פון די צענדליגער רבנים און דיינים פון שטאט.


כולם נקבצו באו, א מאסן צוזאמענפאר פון אלע היימישע געגענטער אריינגערעכנט לאנדאן, מאנטשעסטער, געיטסהעד אזש דאס פלאץ איז געווען פארפילט עד אפס מקום.  די גדולי מנהיגי עולם התורה וחסידות אין ארץ ישראל, זענען פייערליך ענטפאנגען געווארן בשירה וזמרה דורכ'ן ציבור הרבבות, און זענען געזעצט געווארן אויפן אויבנאן. עס זענען געזעצן אויסגעשורהט, כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א, מרנן ורבנן ראשי ישיבת סלאבאדקע, הגאון הגדול רבי דוב לאנדא, און הגאון הגדול רבי משה הלל הירש שליט"א. הגאון הגדול רבי דוד כהן שליט"א ראש ישיבת חברון, הגאון הגדול רבי יעקב הלל שליט"א ראש ישיבת אהבת שלום, הגאון המשגיח רבי דן סגל שליט"א, און הגאון רבי אברהם גורביץ שליט"א ראש ישיב געיטסהעד וואס האט זיך אנגעשלאסן מיט די גדולי התורה וועלכע זענען געקומען צו פארן אויפצוטרייבן ריזיגע סכומים לטובת די ניי געגרינדעטע קרן עולם התורה.


נאך די קורצע דברי פתיחה דורך הנגיד ר' לייבל לעווינסאן הי"ו מגדולי מחזקי תורה איז פארגעליינט געווארן א מכתב ברכה דורך מרן אדמו"ר מוויז'ניץ שליט"א און כ"ק אדמו"ר מבאיאן שליט"א וואס האבן געשיקט זייער בריוו פונעם מקום הנופש אין חלדודנא, אלס שליחות צום גראנדיעזן מעמד לכבוד התורה. דערנאך האט כ"ק אדמו"ר מוויז'ניץ לאנדאן שליט"א פארגעזאגט א קאפיטל תהילים ווי דער עולם האט נאכגעזאגט מיט גרויס התעוררות, דערנאך איז געהערט געווארן א רייע פייערדיגע דרשות דורך מרנן ורבנן די ראשי ישיבות ורבנים, ערשטנס האט אויפגעטראטן הגאון הגדול רבי אברהם גורביץ שליט"א ראש ישיבת געיטסהעד, ווי דער ראש ישיבה האט ארויסגעברענגט די געוואלדיגע שעצע וואס א יעדע איד ברויך צו פארמאגן צו די הייליגע תורה.

 

דאן האט מען זוכה געווען צו הערן די דברי אלקים חיים פונעם רבן של ישראל הגאון האדיר רבי דוב לאנדא שליט"א ראש ישיבת סלאבאדקא, ווי דער ראש ישיבה האט אראפגעלייגט דעם ביטערליכן מצב פון די ישיבות און כוללים וואס קוקן שטארק ארויס אויף די שטיצע פון יעדן יחיד. דערנאך האט מען געהאט די געלעגנהייט צו הערן א רירנדע דרשה דורך דעם נועם הכבוד הרה"ג רבי אפרים וואקסמאן שליט"א ראש ישיבת מאור יצחק אין מאנסי, ווי דער ראש ישיבה האט קלאר ארויסגעברעגנט די מטרת האסיפה און זיך געבעטן בקול בוכים פון די ארזי הלבנון אדירי התורה אז ווען זיי קערן זיך אים למעון קדשם זאלן זיי נישט פארגעסן פונעם יהדות הגולה וואס דארפן גרויסע ישועות בכללות ובפרטות.

 

מיט א יראת הכבוד האט מען דאן געהערט די דברים חוצבים להבות אש דורך הגאון האדיר רבי משה הלל הירש שליט"א ראש ישיבת סלאבאדקא, ארומקאכנדיג באש להבה איבער די שרעקליכע גזירה וואס הויערט אויף די בני ארץ ישראל. דאן האט מען געהערט קורצע דברי ברכה פון הגאון הגדול רבי דוד כהן שליט"א ראש ישיבת חברון. דערנאך האט אויפגעטרעטן דער גדול המקובלים, הגאון רבי יעקב הלל שליט"א ראש ישיבת המקובלים אהבת שלום און צום לעצט האט מען געהערט דעם דבר ה' ברמה דורכן משגיח הגאון הצדיק רבי דן סגל שליט"א, וועלכער האט שטארק מחזק געווען די לומדי תורה ותומכי', און ערווענט אז יעדער וואס האט די מעגליכקייט דארף זיך אנשטרענגען למען הצלת התורה ובפרט אין אזא שווערע תקופה ווי די שרעקליכע גזירת הגיוס הויערט איבער די קעפ פון די בני ארץ ישראל.

 

בקול אדיר וחזק האט מען דאן זוכה געווען צו הערן קבלת עול מלכות שמים דורך כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א, און דערמיט איז דער מעמד געשלאסן געווארן מיט גאר פייערליכע ריקודין לכבוד התורה.
















































































Comments


bottom of page