מיטוואך פ' דברים • ג' אב תשפ"ד | בחצרות הקודש
מטעם בית כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א איז געמאלדן געווארן די לעצט מינוטיגע טויש, אז אין ליכט פון די מלחמה אנגעצויגנקייט וואס שוועבט אין ארץ ישראל, וועט דער רבי שליט"א אנדערש ווי אלע יארן נישט ארויספארן קיין עיה"ק צפת אויף אפרוה.
דער רבי האט געזאלט ארויספארן קיין צפת אנהייב וואך, אבער צוליב די פארשטערקערטע מצב המלחמה און סכנה וואס לויערט בפרטיות אין צפון, און עס זענען שוין געקומען צו פליען ראקעטן פון די חיזבאלא טעראר גרופע קיין צפת, האט דער רבי אפגערופן זיין נסיעה און וועט אנשטאט פארבלייבן אין ירושלים, און וויילן אויף מנוחת הנפש אין די נגידי'שע ווילא פון האחים הנגידים לבית פישער, קינדער פון הנגיד המנוח הר"ר שלום פישער ז"ל, וועלכע האבן אין ליכט פונעם סיטואציע געלאדענט דעם רבי'ן צו האבן די אכסניא אין זייער דירה אינעם אפרו געגנט אינעם שטעטל אורה אין דרומית מערבית ירושלים, וואס קומט אויסגשטאט מיט א 'שעלטער', צו קענען אהין זיך אויסבאהאלטן ווען די סירענעס צקלינגען זיך.
ווי די נאמני בית ביים רבי'ן געבן איבער האט מען פרובירט איינצובעטן ביים רבי'ן יא ארויסצופארן ווי יאר יערליך, אבער דער רבי האט קאטעגאריש מסרב געווען, און דייקא געוואלט פארבלייבן אין ירושלים וואו די סכנה איז נישט אזוי גרויס.
אויך מטעם בית כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א איז געמאלדן געווארן אז אנדערש ווי אלע יארן וועט דער רבי שליט"א נישט ארויספארן צו די באשטימטע מקום הנופש אין טעלז סטון, און פארבלייבן במעון קדשו אין ירושלים, צוליב'ן אנגעצויגנקייט פון די מלחמה סיטואציע.
Kommentare