top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

אריבער 50 קרית יואל'ע סופרים ביי שבע ברכות פון נכדת האד' מסאטמאר

מוצאי שבת פ' חיי שרה • כ"ז חשון תשפ"ד| בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: קרית יואל היימשטאט


א הערליכע שבע ברכות איז פארגעקומען פארגאנעגנעם מיטוואך נאכט אין קרית יואל צוגעשטעלט דורך כ''ק האדמו''ר מסאטמאר שליט''א וואו די רבי פערזענדליך געלאדענט די אלע סופרים וועלכע זענען אנגעשלאסן אינעם "איגוד הסופרים" שע"י בית הוראה קרית יואל.


שוין א לענגערע תקופה וואס די סאטמארער רבי האט אויפגעהויבן א קול מעורר, באגלייט מיט פעולות נמרצות הלכה למעשה, צו שאפן א לעזונג צו די שרעקליכע מכשולות פון פסול'ע מזוזות, אין געגרינדעט דער "איגוד הסופרים," וואס אפערירט אינערהאלב דעם "ועד הסת"ם" שע"י בית הוראה קרית יואל, וואס האט געשאפן א קאאליציע פון צענדליגער סופרים מומחים ויראי ה' פון קרית יואל.

אצינד בעת שמחתו האט די רבי שליט''א אפגעראכטן א שבע ברכות פאר די חשובע סופרים, די שבע ברכות איז פארגעקומען אין די זאלן פון קרן ויואל משה, אנהייב פונעם שבע ברכות האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' וואלף אהרן טעלער שליט"א - מנהל מבצר הכוללים וועלכע האט ארויסגעברענגט די פילע פעולות פונעם איגוד הסופרים, במשך די סעודה האבן עטליכע סופרים אויפגעטרעטן ווי זיי האבן דערביי אנגעפרעגט דעם רבי'ן שליט''א פארשידענע הדרכות און הוראות וואס איז נוגע פאר סופרים אויף וואס דער רבי האט געענטפערט און אויסגעשמועסט מיט א קלארקייט בטוב טעם ודעת, דערביי האט דער רבי ארומגערעדט איבער פארשידענע נייע הידורים בעניני סת"ם און אויסגעשמועסט באריכות אלע צדדים.


דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש ווי דער רבי האט ארומגערעדט בעניני שמחת חתן כלה און איבער די חשיבות פון סופרים און אנגעוואונטשן פאר די אלע סופרים ברכות לרוב. דאן האט זיך דער רבי אויפגעשטעלט טאנצן און ארומגעטאנצן די זאל פאר א לענגערע צייט. מיט ברכת המזון האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג ר' יואל גוטמאן שליט"א מו"ץ ויו"ר וועד לעניני סת"ם שע"י בית הוראה דקהלתינו הק', ברכות ראשונות: הגה''צ ר' אהרן שמואל דושינסקיא שליט"א ראש ישיבת דושינסקיא, ברכה אחריתא: הגה''צ יואל יעקב דושינסקיא שליט"א - רב דקהילת דושינסקיא לאנדאן.










Comments


bottom of page