top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

גרויסארטיגע עצרת תפילה ביים כותל המערבי ברענגט צונויף שווערע טויזנטער אידן אין שפיץ פון גדולי ומאורי הדור

דאנערשטאג פ' משפטים • כ"ט שבט תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: דוד ארזני


שווערע טויזנטער אידן זענען זיך היינט נאכמיטאג צוזאמגעקומען כאיש אחד ובלב אחד ביים ריזן עצרת תפילה והתעוררות אויפן פאראייניגטן רוף פון מרנן ורבנן גדולי ישראל פון אלע שיכטן אין קרייזן איינצורייסן לאבינו שבשמים איבער'ן שרעקליכן צושטאנד וואס הערשט נאך בארץ הקודש, אין מעורר צו זיין רחמי שמים למען שלומם פון אחינו בני ישראל.


אין די פריע נאכמיטאג שעות איז שוין דער גאנצע שטח פונעם רחבת הכותל געוועהן שווארץ פונעם ציבור האלפים. אויף א ספעציעלע טעראסע זענען געשטאנען די עיני העדה גדולי ישראל פון אלע שיכטן אין קרייזן, חסידישע, ליטווישע אין ספרדישע צוגלייך. עס האבן זיך אנגעזעהן כ''ק האדמו''ר מגור שליט''א אין שפיץ א עדה קדושה פון טויזנטער חסידים, כ''ק האדמו''ר מראחמיסטריווקא שליט''א, כ''ק האדמו''ר מקארלין סטאלין שליט''א, כ''ק האדמו''ר מממחנובקא בעלזא שליט''א, כ''ק האדמו''ר מסאדיגורה שליט''א, כ''ק האדמו''ר ממודזיץ שליט''א, הגה''צ המשפיע רבי צבי מאיר זילבערבערג. אויך האבן זיך אנגעזעהן הגאון רבי מאיר צבי בערגמאן ראש ישיבת הרשב"י, די ראשון לציון הגאון רבי יצחק יוסף אין נאך גדולי ישראל.


בשעה 4:00 האט מען געדאווענט מנחה, אלס שליח ציבור האט געדינט דער חזן ר' ישראל אדלער, נאך מנחה האט דער רב הכותל הרב שמואל רבינוביץ מיט אן התעוררות'דיגע שטימע פארגעזאגט די מזמורי תהילים, סליחות, שלש עשרה מידות אין אבינו מלכינו.


א סטרונע האט גערירט אין די הערצער פונעם ציבור האלפים ווען כ''ק האדמו''ר מראחמיסטירווקא שליט''א האט פארגעזאגט די קבלת עול מלכות שמים בקול שאגת ארי' וואס האט מיטגעשלעפט דער פילקעפיגער ציבור. צום שלוס האט מען מכבד געוועהן די רב הראשי הגאון רבי דוד לאו פארצוזאגן אחינו כל בית ישראל.


דער אסיפה האט זיך געשלאסן ווען דער ריזן ציבור האט זיך צושפרייט מיט האפעדיגע אויגן און אויסגעשּפרייטע הענט צום טאטן אין הימל, אז הן קל כביר לא ימאס תפלת רבים! די הייסע תפלות, די תחינות וואס אידישע קינדער האבן זיך מתחנן געוועהן לפני ה׳ לביטול הגזירה, זאל צערייסן די גזירה האיומה די שרעקליכע מלחמה אין ארץ ישראל זאל קומען צו א ענדע.



































Comments


bottom of page