top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

רייכע סעודת ראש חודש בראשות האד' מתולדות אהרן אין וויליאמסבורג לטובת מוסדות תולדות אהרן עטה"ק

מיטוואך פ' תולדות • ב' כסלו תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: אייזיק י.


דעם פארלאפענעם מאנטאג נאכמיטאג איז כ''ק האדמו''ר מתולדות אהרן שליט''א אנגעקומען קיין וויליאמסבורג וואו די רבי האט געדאווענט מנחה אין מעריב אין שטוב פון הרבני הנגיד ר' אברהם ברוך גאדינגער מגדולי תומכי המוסדות, נאך מעריב האט די רבי שליט"א משמיע געווען שיחות קודש פאר אלע אברכים אין בעלי בתים חסידי תולדות אהרן תושבי וויליאמסבורג.


שפעטער אויפדערנאכט איז די רבי אנגעקומען צום שטוב פון הרבני הנגיד ר' נחמן סטראלאוויטש, ווי די רבי האט זיך געוואשן צו א רייכע סעדות ראש חודש, אינאיינעם מיט א עלעגאנטע מסיבה לטובות די מוסדות הקדושים מיט די השתתפות פון א געקליבענע צאל נדיבים ונדיבי עם, וועלכע האבן בייגעשטייערט גרעסערע סכומים, א פייערדיגע דרשה איז געהערט געווארן פון הגה''צ אב''ד סאטמאר ירושלים שליט''א בשבחו פון די מוסדות הק' על טהרת הקודש, און די רבי שליט"א האט משמיע געווען פאסיגע דברות קודש איבער דער גרויסקייט פון ראש חודש,אין נאך, אזוי אויך האט אויפגעטראטן מיט א דרשה העסקן הרב יצחק שטערן פון וויליאמסבורג, וואס האט מיט זיין לשון לימודים אנגעווארעמט די נדיבים בעם.





















Comments


bottom of page