top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

היסטארישע אויפדעקונג אין בארדיטשוב‎

אין די יעצטיגע טעג איז אנדעקט געווארן די ארגינאלע מציבה פון הרה"ק ר' לוי יצחק מבארדיטשוב זי"ע. אין די יעצטיגע טעג ווען די שטאט בארדיטשוב איז עטוואס שטיל פון באזוכער און ס'האבן אויפגעהערט שטראמען די טויזענטע יודן וואס פלעגן קומען פוקד זיין דעם ציון הק' להיפקד בדבר ישועה ורחמים, האט דער ארטיגער חב"ד שליח הרב משה שמואל טאלער שליט"א אויסגענוצט די געלעגנהייט און געוואלט אריינשטעלן א הייצונג-סיסטעם אין אוהל הק'. אזוי גראבענדיג אין אוהל איז אנטפחעקט געווארן פאר זיינע אויגן די ארגינאלע מציבה פון הייליגן קדושת לוי און דריי מציבות פון זיינע קינדער. די אוהל איז אויפגעשטעלט געווארן מיט הונדערט צוואנציג יאר צוריק און איז פארניכטעט געווארן ביים צווייטן וועלט-קריג. מיט בערך צוואנציג יאר צוריק האט מען צוריק אויפגעשטעלט אן אוהל אויפן ציון הק' אבער מ'האט נישט געוואוסט גענוי ווי די מציבה געפונט זיך, אבער מיט די יעצטיגע אנדעקונג איז שוין קלאר ווי עס געפונט זיך מקום מנוחת קדשו פון סניגורן של ישראל דער הייליגער בארדיטשובער רב זי"ע.











Comentarios


bottom of page