מוצאי שבת פ' בא • י' שבט תשפ"ד | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: שמואל שנקר
א געהויבענע מעמד פון הרחבת גבולי הקדושה איז פארגעקומען דעם מיטוואך (בא) בחצר הקודש תולדות אברהם יצחק אינעם בליענדן חסידישן ישוב אין הר יונה, ווען עס איז געלייגט געווארן די גרונדשטיין פאר א נייע בנין המוסדות, א פרישע אכסניא של תורה וואו עס וועלן פלאצירט ווערן די תלמידי המוסדות דחסידי תולדות אברהם יצחק אין הר יונה.
ווי באקאנט האלט זיך דער רבי שליט"א אויף די טעג אין הר יונה אויף אפרוה, זייענדיג אין א געשמאקע אטמאספער אין די הערליכע ישוב, וואו פילע אינגעלייט באזעצן זיך אין די לעצטערע יארן, און די קהילה און מוסדות בליהט און וואקסט אויף א שטארקע פארנעם. אין הר יונה איז שוין פארהאן א תלמוד תורה און א מיידל שולע פאר חסידי תולדות אברהם יצחק, און ביז יעצט איז עס איינקוואטירט אין געדונגענע לאקאלן.
אצינד האט מען צוגעטרעטן אין א מזל'דיגע שעה צו א גרויסע פראיעקט, אויפצובויען א שפאגל נייע בנין המוסדות, וואו עס וועט פלאצירט ווערן סיי די חדר און סיי די מיידל סקול, אין באזונדערע אפטיילונגען אינעם בנין, און נעכטן דינסטאג איז געפייערט געווארן די מעמד הנחת אבן הפינה אין שפיץ פונעם רבי'ן, מיט די באטייליגונג פון די הונדערטער חסידים תושבי העיר ואנשי שם.
די מעמד הנחת אבן הפינה איז פארגעקומען אויפן שטח וואו עס וועט געבויעט ווערן די נייע בנין המוסדות, עס האט גערעדט דער מגיד מישרים הרה"ג ר' שמעון ברוק שליט"א, און דער רבי איז ערשינען אויפן בימת הכבוד טראץ זיין שוואכע געזונט צושטאנד, און אויפגעטרעטן מיט קורצע דברות קודש, ווי צווישן אנדערע האט דער רבי משבח געווען די בעלזא קהילה, וואס איז געווען די ערשטע חסידישע קהילה אין הר יונה.
דערנאך איז דער רבי אריין אין קאר און צוגעפארן צום באשטימטן ארט, און אריינגעלייגט דעם אבן הפינה בדחילו ורחימו, דאן האט מען מכבד געווען די רבנים וחשובי העדה צו גיסן די יסודות, און די מעמד האט זיך געשלאסן מיט פרייליכע ריקודין.
נאכן מעמד איז פארגעקומען א ספעציעלע מסיבת לחיים במעון הקודש פונעם רבי'ן שליט"א אין הר יונה, וואו עס זענען געלאדנט געווארן א קבוצה נכבדה פון די חברי הקהילה אין הר יונה, וואס האבן זיך אנגעשלאסן מיט גרעסערע סכומים לטובת די קרן הבנין, אויפן פלאץ איז אריינגעקומען די ריזן סומע פון הונדערט און פופציג טויזענט דאללער, און דער רבי האט פארטיילט אתרוג קאמפאט לקראת חמשה עשר בשבט, געמאכט פון די אתרוג וואס דער רבי האט געבענטשט דערויף בחג הסוכות.
Comments