מוצאי שבת פ' וישב • כ' כסלו תשפ"ה | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: שאט די דאט
הבו גודל למקדשי השם! א רירנדע מחזה האט זיך דעם דאנערשטאג אנטפלעקט אויף די וויליאמסבורגע גאסן, ביים מעמד קדוש "קבלת פנים" פאר די 150 מסירת נפש'דיגע מנהלים פון מוסדות על טהרת הקודש בארה"ק, וועלכע זענען בכבוד גדול און אויסנאמליכע הערצה ענטפאנגען געווארן דורך אריבער 4,000 ילדי תשב"ר פון די סאטמארער מוסדות אין ברוקלין, ומלכם בראשם דער מגן חינוך הטהור כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א.
דער מעמד נהדר איז אפגעראכטן געווארן אלס ערשטער טייל פון די "מסע חינוך הטהור" ווען א הייליגע מיליטער פון 150 מנהלי המוסדות פון ארה"ק זענען ארויסגעקומען קיין ניו יארק מפאר כבוד זיין ביים היסטארישן "כינוס חסידי סאטמאר" דעם זונטאג מקץ כ"א כסליו אינעם "בארקליעס" צענטער, וואו ס'וועט פאר זיי אפגעגעבן ווערן די רעכט פארדינטע שעצונג ואותות הוקרה, און אצינד, ביים אנקומען לשערי ניו יארק, איז ארגאניזירט געווארן א רייע מעמדי קבלת פנים, אנגעהויבן מיט'ן צענטראלן קבלת פנים דאנערשטאג נאכמיטאג לענגאויס די גאנצע טעילאר גאס, צווישן בעדפארד און ליע עוועניו.
די גאס איז געווען אויסגעלייגט מיט הונדערטער בענק און לאנג-שטרעקיגע פארענטשעס פון איין עק גאס ביז די צווייטע, און צו די באשטימטע שעה זענען אנגעקומען די פלאטע פון צענדליגער באסעס וואס האבן געברענגט די אריבער 4,000 תשב"ר פון די העכערע כיתות אין די סאטמארע מוסדות אין וויליאמסבורג און בארא פארק, וועלכע זענען על מחנהם ודגלם געזעצט געווארן לענגאויס די גאס, שאפנדיג א הייליגע מראה שכינה פון אזויפיל טויזנטער ילדי חן לומדים תורה בטהרה וועלכע ווערן נתחנך אויפ'ן דרך וואס הרה"ק מסאטמאר זי"ע האט אוועקגעשטעלט און קומען ארויס אפגעבן דעם חיזוק פאר די מקדשי ה'.
פארנט האט זיך געצויגן אויף די גאנצע לענג פון די גאס א בימת הכבוד פון הונדערטער פיס לאנג, וואו עס איז געווארן מיט'ן פאסיגן כבודה של תורה אויסגעזעצט די הונדערטער בעלי מסירת נפש, די מנהלי חינוך הטהור, ווען אין צענטער באשיינען הרבנים הגאונים והצדיקים שליט"א ובראשם דער רבי שליט"א.
אלס יושב ראש המעמד האט געדינט הרה"ג ר' הירצקא שטערן שליט"א מנה"ר במוסדות סאטמאר בארא פארק, וועלכער האט מיט זיין געניטע שפראך אדרעסירט די זעלטענע מאורע און צום פארשטאנד פון די אלפי תשב"ר ארויסגעברענגט די הייליגקייט פון די יעצטיגע מאמענט ווען מ'האט די זכי' צו מחזק זיין די ברכים אשר לא כרעו לבעל אויף אזא מורא'דיגן פארנעם.
א פלאם פייערדיגע דרשה האט מען דאן געהערט פונעם לעגענדארן מנהל אין די סאטמאר ת"ת אין וויליאמסבורג, הרה"ג ר' משה פריעדמאן שליט"א, וועלכער האט מיט א ברען אויפגעברענגט די נאסטאלגישע זכרונות פונעם הייליגן מעמד "התייסדות קרן הצלה" בשנת תשל"ח, וואו הרה"ק מסאטמאר זי"ע האט זיך אויסגעדרוקט מיט די פארכטיגע מימרא "ווען משיח וועט קומען וועט ער ווייזן מיט די פינגער אז די אידן האבן מקרב געווען די גאולה", וואס דאס קען מען יעצט זאגן בפה מלא אויף די מוסרי הנפש, די מנהלים וועלכע שלעפן דעם שווערן עול פון א מוסד על טהרת הקודש.
מיט א יראת הכבוד האבן די קינדער צוגעהערט די דרשה נלהבה דורך הגאון רבי חיים קלמן גוטמאן שליט"א דומ"ץ סאטמאר סאוט אכט, און חבר ועד הרבנים פונעם מוסד הק' קרן הצלה, וועלכער האט מיט פאסיגע רעיונות ארויסגעברענגט אונזער טיפע שעצונג און סאלידאריטעט מיט די הונדערטער מנהלים וועלכע קומען אהער און ווערן אזוי אויסטערליש מחוזק, ווען דער יהדות החרדית אין אמעריקע שרייט אויס צו זיי "ה' עמכם גיבורי החיל!"
רירנדע חרוזים איז דאן געהערט געווארן דורך א ילד הפלא, ספעציעל פארפאסט לכבוד דעם יעצטיגן מעמד, דורך המלמד החשוב ר' שמואל יצחק שווארץ מלמד במוסדות סאטמאר בארא פארק, וואס ברענגט ארויס די נקודה אז מיר דא אין ניו יארק לערנען זיך אפ פון די מסירת נפש פון די מנהלים.
דער מעמד איז פארענדיגט געווארן מיט פייערליכע טענץ, און דערנאך זענען די טויזנטער קינדער צוריקגעפארן צו זייערע אכסניות של תורה, בעת די הונדערטער מנהלים נעמען זיך דאן צונויף ביי א גראנדיעזע "אסיפת הרבנים" בהשתתפות פון מערערע גדולי רבני ודייני העיר וויליאמסבורג, וועלכע האבן מטכס עצה געווען ווי אזוי צו נאך מער הייבן די ווארעמקייט ביים ציבור להחזקת חינוך הטהור, און באזונדער האט מען דן געווען איבער פונדאמענטירן באזונדערע הנהלות פאר יעדן מוסד, וואס זאל העלפן די מוסדות שאפן מער געלט כדי צו קענען עקזיסטירן און בליען.
פון דארט זענען די הונדערטער מנהלים ארויסגעפארן מיט עטליכע טייערע באסעס קיין קרית יואל, וואו ס'איז אויפדערנאכט אפגעהאלטן געווארן דער פרישע גייסטרייכע מעמד קבלת פנים, פאר די ארטיגע תושבים און ילדי תשב"ר, ווי ס'וועט באזונדער נאכפאלגן א באריכט.
אין די זעלבע צייט ווירבלט וויליאמסבורג מיט הונדערטער אכסניות וואס איז געווארן צוגעשטעלט לענגאויס די שטאט, ווען הונדערטער תושבי העיר מוקירי חינוך הטהור האבן זיך מדעת עצמם צוגעכאפט צו די גרויסע זכי' צו האבן צוגאסט א מנהל המוסד, און באזונדער ווערט צוגעשטעלט דורך די הנהלת המוסדות רייכע פרישטאג מיטאג און נאכטמאל, און די סעודות שב"ק, פאר אלע אורחים חשובים די מנהלי המוסדות.
חזקו ואמצו גיבורי חיל!
Comentarios