top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

גייסטרייכע מעמדי קודש לרגל חנוכת הבית וקביעת מזוזה פאר נייעם בנין הת"ת באבוב 45 אין בארא פארק

מונטאג פ' חיי שרה • כ"ב חשון תשפ"ד| בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: אברמי בלום, אייזיק י.


מיט שטורמישע געפילן פון התרגשות דקדושה, איז פארלאפענעם ליל שישי (וירא) פארגעקומען היסטארישע הרחבת גבולי הקודש בחצר הקודש באבוב 45, ווען נאך לאנגע יארן האט מען אין א מזל'דיגע שעה באנייעט די פראכטפולע בנין התלמוד תורה החדש אין צענטער פון שטאט בארא פארק, ביים ווינקל פון די פופצנטע עוועניו און די איין און פערציגסטע סטריט.


אמת מה נהדר היה המראה ווען די טויזענטער ילדי התשב"ר האבן געפייערט דעם גרויסן טאג בשירה וזמרה שבח והודאה, מיט איבערגיסנדע פרייד געפילן שטייענדיג אין א היסטארישע מאמענט ווען מ'ציהט זיך אריבער אל המנוחה ואל הנחלה, אינעם נייעם פראכטפולן בנין מיט הרחבת הדעת און שלוות הנפש. די עקסטאז און פרייד האט זיך דערקענט אויף די לעכטיגע פנימ'ער וואס האבן געשטראלט פון שמחה, און מיטגעהאלטן די פייערליכע מעמד בקול רנה ותודה.


דורכאויס די פארלאפענע טעג האבן די תלמידים געהאט א ספעציעלע געלעגנהייט צו גיין אינאיינעם מיט זייערע מחנכים זעהן פונדערנאנט די נייע בנין און זייערע נייע קלאס צימערן. אזוי אויך האט כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א פארלאפענע וואך באזוכט אינעם נייעם בנין, וואו די עסקנים האבן ארומגעוויזן דעם רבי'ן איבער אלע שטאקן און אפטיילונגען.


דאנערשטאג עלף אזייגער פארמיטאג האט זיך אנגעהויבן די פרייליכע חגיגה, ווען די קינדער האבן ארויסמארשירט פונעם ביז יעצטיגן בנין התלמוד תורה, טאנצענדיג אויף די גאסן מיט גרויס פאראדע באגלייט מיט פרייליכע מוזיק און שמחה'דיגע פענער אין זייערע הענט. די גאסן זענען געווארן אפגעשפארט לכבוד די גרויסע חגיגה, גייענדיג ביז די נייע פראכטפולע בנין ביים ווינקל פון די פופצנטע עוועניו און די איין און פערציגסטע סטריט.


אנקומענדיג פארנט פונעם בנין התלמוד תורה זענען די קינדער ארויף אויף די הויכשטאקיגע פארענטשעס, אקעגן איבער די צוגעגרייטע בימת הכבוד פארן רבי'ן שליט"א, דער רב שליט"א, און די רבני הקהילה און מרביצי תורה.


בהדרת כבוד האט מען מקבל געווען את פני הקודש מיט די ניגון קול רנה און די ניגון בואו שעריו, דאן האבן אויפגעטרעטן די מנהלים און עסקנים, הרב בנציון יוסף ריינהאלד, און הרב יעקב יוסף שטיינמעטץ. דערנאך האט דער מנהל התלמוד תורה הרב משה אהרן געלדצעהלער פארגעזאגט פרקי תהלים מיט גרויס התעוררות, און מען האט געזינגען דעם ניגון ברכות והודאות וואס דער רבי שליט"א האט פארפאסט.


דערנאך האט כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א אויפגעטרעטן מיט די צענטראלע דברות קודש, און ארומגערעדט איבער די געוואלדיגע הרחבת הדעת, און די קידוש השם וואס מ'זעהט ביים גרויסארטיגן חגיגה, דער רבי האט אויסגענוצט די געלעגנהייט צו מעורר זיין די חשובע תלמידים פארשידענע ענינים וואס פאסט פאר א חסידישע אינגל, און זיך הערצליך באדאנקט פאר די עוסקים במלאכת הקודש, וואס האבן אריינגעלייגט בלוט און שווייס צושטאנד צוברענגען דעם נייעם בנין ברוב פאר והדר.


דערנאך האט מען געזינגען גראמען אויף די ניגון פתחו לי פון הרה"ק רבי שלמה מבאבוב זי"ע, און דאן האט מען געזינגען די ניגון יכירו בניך, וואס דער רבי האט ספעציעל פארפאסט פאר די ילדי התשב"ר.


צום שלוס פונעם מעמד איז דער רבי שליט"א צוגעטרעטן צום הויפט טויער פונעם בנין החדש, און קובע געווען די מזוזה בשלהבת אש קודש, נאכפאלגענדיג מיט די קביעת מזוזה דורך הגה"צ אבד"ק באבוב 45 שליט"א, און דער גאנצער ציבור האט זיך ארויסגעלאזט אין פייערדיגע ריקודין אפצוצייכענען דעם היסטארישן מאמענט.


שפעטער איז פארגעקומען די גייסטרייכע מעמד חנוכת הבית און מסיבת לחיים אינעם נייעם בנין, וואו עס זענען געלאדנט געווארן די חשובע נדיבים בעם וואס האבן בייגעשטייערט גרעסערע סכומים לטובת דעם ריזן פראיעקט. הגה"צ אבד"ק באבוב 45 האט משמיע געווען דברי תורה לכבוד המאורע, און דערנאך האט איינער פון די עלטערע תלמידים אויפגעטרעטן מיט א דרשה, ארויסברענגענדיג די פרייליכע געפילן פון די תלמידים, און די געוואלדיגע הכרת הטוב וואס מ'שפירט פאר די אלע מנהלים ברוחניות ובגשמיות וואס האבן צוגעהאלפן אנצוקומען צו דעם געהויבענעם מאמענט.


דאן האט כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 אויפגעטרעטן מיט דברות קודש, און זיך ווארעם באדאנקט פאר די חשובע תומכים וואס האבן געהאלפן טראגן דעם שווערן לאסט. איבערהויפט הנגיד החסיד ר' בנימין בייטעל וועלכער האט מנדב געווען די בית המדרש אינעם תלמוד תורה געביידע, הנגידים ר' מענדל אין בנו ר' חיים יהושע קליין וועלכער האט מנדב געווען די שמחה זאל אויף די אונטערשטע שטאק "אולם קליין", די בארימטע משפחת דוננער וועלכע האבן מנדב געווען די שם הבנין, "בנין דוננער" לשמו ולזכרו פון הנגיד החסיד ר' בנציון דוננער נכד הרה"ק בעל קדושת ציון מבאבוב זי"ע, מגדולי תומכי המוסדות בשנים קדמוניות, און הנגיד החסיד ר' שלמה גאלדשטיין וועלכער האט מנדב געווען די שער הבנין.


צום שלוס פונעם מעמד האט דער רבי פארטיילט א מזכרת פאר אלע תומכים, און שיירי נוי סוכה לשמירה ולהצלחה.












































Commentaires


bottom of page