מיטוואך פ' וישב • כ"ג כסלו תשפ"ד | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: יוסי גאלדבערגער
בהתאסף ראשי עם יחד שבטי ישראל איז געפייערט און אפגעצייכענט געווארן דעם יום הצלה והשחרור פון הרה''ק מסאטמאר זיע"א ביים מעמד אדיר ונשגב סעודת הודאה בליל ההודאה כ"א כסלו, מיט'ן דינער 'עלה נעלה' לטובת די מוסדות הק' אין וויליאמסבורג מיט אירע טויזענטער קינדער בליעה''ר, במקהלות רבבות אלופי אלפי ישראל, אין שפיץ פון צענדליגער רבנים ודיינים שליט''א ובראשם דער מנהיג העדה כ''ק האד' מסאטמאר שליט''א, וועלכע האבן איבערגעריסן דעם גיגאנטישן ריזן 60 טויזענט סקווער פיסיגער שאטער וואס איז אויפגעשטעלט געווארן אויפן וואטער פראנט סקווער אין וויליאמסבורג צו לויבן און דאנקן דעם בורא עולם אויף די געוואלדיגע חסדים בימים ההם. די מעמד איז צוגעשטעלט געווארן אונטער אויפזוכט פון מייסטער-אנפירער הרב ארי' שמואל פרענקל הי"ו פון די בארימטער "AF פראדאקשאן".
דער ריזן שאטער איז מייסטערהאפטיג אויסגעשטעלט געווארן צו קענען אקאמאדירן די שווערע טויזענטער חסידים פון איבער גרעיטער ניו יארק און ארום. לרגל דעם געהויבענעם מעמד איז ערשינען א גאר רייכע קונטרס מיט היסטארישע ארטיקלען און בילדער און פרטי הרחבת גבולי הקדושה אינערהאלב די מוסדות הקדושים אין וויליאמסבורג. אזוי אויך איז פארטיילט געווארן פאר אלע נדיבים בעם די צענטע באנד פונעם הערליכען רייכן ספר 'משולחן מלכים' שיחות קודש פונעם סאטמאר רבי'ן שליט"א מיט גדולי ישראל פון שנת תשע"ז. דורכאויס דעם מעמד האבן מהנה געווען בפרקי שירה וזמרה דער וועלט בארימטן בעל מנגן נפלא ר' זאנוויל וויינבערגער פון ארץ ישראל מיט זיין מתיקות'דיגע שטימע, באגלייט דורך די בארימטע חברה שירה און אנגעפירט דורכן דעם בארימטן מנצח על כלי שיר ר' יושע קאלער. אלס יושב ראש פונעם גרויסן מעמד האט אויפגעטראטן דער פה מפיק מרגליות נואם בחסד עליון, מרביץ תורה ויראה הרה"ג ר' פנחס שלעזינגער ראש ישיבת סאטמאר לאנדאן וועלכער האט בנועם שפתיו אנגעפירט די גאנצע מסיבה בדברי פי חכם חן. אנהייב פונעם אווענט האט הרבני הנכבד ר' מרדכי אלעזר הירש אויסגערעכנט די נעמען פון די נדיבים החשובים וואס האבן בייגעשטייערט גרעסערע סכומים לטובת המוסדות, און זיך באדאנקט פאר די עסקנים וועלכע געבן זיך אוועק פאר די מוסדות בכלל און בפרט יעצט ביים מעמד ההודאה. דאן האט מען געהאט דעם כבוד צו הערן די דרשה לכבוד היום פונעם פרי צדיק עץ חיים, העומד לנס הקהלה ומוסדות הקדושים, הגה"צ אב"ד סאטמאר וויליאמסבורג שליט''א, בנו הגדול פון רבי'ן שליט"א וועלכע האט ארויסגעברענגט דעם חיוב ההודאה וואס יעדער סאטמארער חסיד דארף אפגעבן אין דעם טאג, און טרעפליך ארויסגעהויבן די פירות פון די הצלה, און דער חוב צו תומך זיין די הייליגע מוסדות, כלילת יופי משוש לכל הארץ. אן עלעקטרישן שטראם האט ארומגענומען דעם גאנצן זאל, ווען די כלי זמר האבן אנגעהויבן בקול תרועת זמר ונגן דעם באקאנטן געזאנג "חסדי ה' כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו", וואס האט אנגעזאגט אז דער רבי שליט"א ערשיינט אין זאל.
ספאנטאן האט דער גאנצער ציבור זיך געהויבן פון די פלעצער, און ענטוזיאסטיש אריין אין א געהויבענעם טאנץ וואס האט אריינגעצויגן די מאסן אין העכערע ספערן פון שמחה והודאה צו דאנקן דעם בורא כל עולמים על הנסים שעשה בימים ההם ובזמן הזה. דער רבי האט זיך באגריסט מיט די צענדליגער רבנים און דערנאך געטאנצן און פייערדיגע ריקודי קודש בהתרגשות עילאה פאר לענגערע מינוטן אויף די ניגוני הודאה 'חסדי ה', בך בטחו והיא שעמדה און נאך. במשך די מעמד האט אויפגעטרעטן מיט'ן דבר הנהלת המוסדות הרבני הנכבד ר' מרדכי אלעזר הירש הי"ו, וועלעכע האט ארויסגעהויבן די פולע לייסטונגען דורך נדיבי לב ונגידי הקהילה וואס נאר דורך דעם קענען די מוסדות אנגיין, ר' מרדכי אלעזר הי"ו האט אויך אפגעגעבן כבוד המלכות באגריסענדיג דער מעיאר עריק עדעמס יר"ה, וועלכע איז געקומען און באגלייטונג פון העסקן ר' נפתלי משה אינדיג הי''ו, דער מעיאר האט אויפגעטרעטן פארשפרעכענדיג זיין שטענדיגע הילף פאר די סאטמארע קהילה, בפרט פאר די חינוך הטהור אין ניו יארק, און זיך באדאנקט אויף די שטיצע ביי די מעיאר וואלן לטובתו, און צוגעזאגט צו שטיין צו די הילף אין עתיד פאר די ריינע חינוך אין ניו יארק, דערנאך איז דער מעיאר צוגעגאנגען אפנעמען ברכת קדשו פון רבי'ן שליט"א. צום הויכפונקט האט מען געהאט די זכיה צו הערן דעם פייערדיגע דב''ק דבר ה' והדרכת השנה פון כ''ק אדמו"ר מסאטמאר שליט''א דער רבי האט אנגעהויבן בשבח המוסדות, משמיע געווען דברי תורה במשנתו פונעם בעל הנס און ממשיך געווען בשבח פון חבורת יסודי התורה, ועלכע האט יעצט אנגעהויבן מס' סוטה און מחזק ומעודד געווען די חסידים זיך אנצושליסן אינעם חבורה.
די רבי שליט"א האט מעורר געווען איבער פארשידענע דברים הצריכים חיזוק, די וויכטיגקייט פון גיין אין מקוה פארן דאווענען, די נושא פון מלבושי נשים און די עגמת נפש וואס קומט ארויס ווען מען איז מזניח אינעם צניעות. דער רבי האט דערמאנט דעם מצב המלחמה אין ארה"ק בפרט די רציחה אויף א ת"ח א מורה הוראה פארגאנגענער וואך הי''ד במהרה לעינינו, די ווייטאג אויף אלע אידישע נפשות וואס ווערן ליידער פארלוירן, עס איז נישט 'אונז' און 'זיי', מיר האבן נישט קיין חלק אין די מדינה, זייער מיליטער איז נישט אונזער מיליטער, מיר זענען זיך משתתף אין די צער פון אחב"י אין ארה"ק, און מיר זענען מתפלל אויף די הצלה אבער נישט אויף די הצלחה פון די ציונים, דער רבי האט אויסגעשריגן זיין ווייטאג ווען מען זעט געוויסע מנהיגים זענען מחזק דעם ציוני'סטישן מיליטער, זיי שיקן טאנצן פאר אוכלי נבילות וטריפות, און דערמאנט א אסיפה נאכן הקמת המדינה ווי די בעל הנס זיע''א האט געזאגט אז די מדינה איז נישט קיין מציאות א זאך וואס איז נגד התורה איז נישט קיין מציאות!, במיוחד האט דער רבי דערמאנט די פראטעסט אין וואשינגטאן, ווי די אגודת ישראל פארטיי האט אפיציעל געשטיצט זיך צו באטייליגן ביי דעם פארזאמלונג, וואס איז געווען לחיזוק הציונית, בתערובת אנשים ונשים, רובם ככולם מחללי שבתות פורקי עול. דערנאך האט דער רבי א לענגערע צייט ארומגערעדט איבער דעם מצב אינעם קאמף למען חינוך הטהור אין ניו יארק, דער רבי האט דערמאנט די פריערדיגע גזירות בעניני דת, מציצה בפה, ביי קאראנא צו פארמאכן די בתי מדרשים, מוסדות התורה און די קעמפס, ועוד, ווי כלל ישראל איז געווען אנטשלאסן, און די רעגירונג האט געזעהן אז מיר זענען א עם קשה עורף, אויך יעצט ווען די רעגירונג פארלאנגט מען זאל אויסוועלן איינס פון זיבן פעטוועיס פאר די מוסדות דארף מען שטיין פעסט און מען זאל נישט ענטפערן פאר די רעגירונג, עם ה' חזקו ונתחזקה און אויסגערופן א ריף צו אלע ערליכע מוסדות חלילה זיך נישט לאזן פון די וואס פארפירן דעם ציבור און נישט ענטפערן די רעגירונג, דער רבי האט דערמאנט א אסיפה אין מאנסי דורך די רעגירונג אינסטאנצן ווי אלע אלע מוסדות אין ראקלענד קאונטי, האבן אינאיינעם באשלאסן צו איגנארירן די אסיפה און קיינער איז נישט אנגעקומען, יפה עשיתם, און נאר אזוי וועט מען בעז''ה מצליח זיין, און דער רבי האט מסיים געווען בברכת קדשו לכל העם הנאספים. נאך די דברות קודש האט דער רבי געבענטשט אויפן כוס, אויפן וועג ארויס האט זיך די רבי באדאנקט פאר די עסקנים וועלכע האבן ארויס געהאלפן למען הצלחת המעמד, און פון דארט איז די רבי אהיים געפארן לביתו נאוה קודש קיין קרית יואל.
נאך ברכת המזון האט מען ממשיך געווען מיט די ריקודי קודש בזמירות שירות ותשבחות, און א ריזן פלאטע פון צענדליגער באסעס האט אהיימגעפירט דעם גאנצן פארזאמעלטן ציבור, איש אל מחנהו ואיש אל דגלו. ס'איז , וכאשר יחנו כן יסעו, אנגעשעפט מיט באגאזשן פון חיזוק און התעלות, פון די הייליגע שעות של התרוממות וואס מ'האט מיטגעלעבט במקהלות רבבות אלפי ישראל, און די יסודות'דיגע הדרכות לחיזוק הדת.
Comments