זונטאג פ' ואתחנן - ה' אב תשפ"ג | קול בחצרות
כ''ק האדמו''ר מקרעטשניף ירושלים שליט''א וואס האט זיך אויפגעהאלטן די לעצטע צוויי וואכן אין עסטרייך אויף אפרוה האט זיך היינט נאכמיטאג ארויסגעלאזט מיט א פריוואטער פליגער קיין ראמעניע אויף א קורצע נסיעה צו די מקומות הקדושים אין אייראפע, עס זענען מיטגעפארן מיט'ן רבי'ן א געקליבענער צאל נדיבים וועלכע האבן גענימען אויף זיך די קאסטן פון דעם נסיעה. אין די נאכמיטאג שעה'ן וועט דער פליגער לאנדן אין שטאט באניא אין ראמעניע, אין היינט אין לויף פונעם טאג וועט די רבי מתפלל זיין ביי די מקומות הקדושים אין סיגעט, קרעטשניף אין נאך.
מארגן מאנטאג וועט די רבי אנקומען קיין בישטינא, ווי די רבי וועט זיך פאראייניגן מיט די חסידים וועלכעז ענען געקומען צו פארן פון ארץ ישראל אין פון אייראפע אין פוקד זיין דעם ציון הק' פונעם הייליגן ר''ר מרדכי'לע מנאדבורנא זי''ע המסוגל לישועות בפרט אין די ניין טעג כידוע.
Comments