top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הויפט רב פון רוסלאנד הרב בערל לאזאר באזוכט ביי האד' מסאטמאר‎

דאנערשטאג פ' נצבים - וילך • כ"ג אלול תשפ"ד | בחצרות הקודש

 

א גייסטרייכע באזוך איז היינט אפגעראכטן געווארן דורך  דער הויפט רב פון רוסלאנד, הגאון רבי בערל לאזאר שליט"א,  במעון הקודש פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אין וויליאמסבורג, וואו דער רבי האט זיך נאכגעפרעגט איבער'ן וואוילזיין פון די אידן אין רוסלאנד. אויך איז ארומגעשמועסט געווארן איבער די אקטיוויטעטן פון די שליחים פון ליובאוויטשער רבי’ן זי”ע אין די גאנצע וועלט און די שייכות און צוזאמענארבעט צווישן חב”ד און סאטמאר דורכאויס די יאהרן.


דער סאטמאר רבי שליט"א האט זיך פאראינטערעסירט איבער די פעולות פונעם הויפּט רב וועלכע העלפט אסאך ארויס די אידישע געמיינדעס אין תימן און איראן און עס איז דערמאנט געווארן לשבח דער מחנך הרה"ח ר' זלמן לייב מארקאוויטש הי"ו, וועלכער האט זיך באטייליגט ביים באזוך. נאָכדעם וואס דער הויפט רב האט איבערגעגעבן זײן נײעם בוך "שלח לחמך" על התורה, האט די רבי שליט"א מכבד געוועהן דעם רב מיט לחיים און זיך געוואונטשן פיל ברכות צום נײעם יאר. הרב לאזאר איז געקומען צו פארן קיין ניו יארק בראש פון א גרופע פון ארום הונדערט בעל הבתים פון די תומכי המוסדות, צו א גייסטרייכע "שבת סליחות" מיט די נגידים ביים אוהל הקדוש פון צדיקי בית ליובאוויטש אין קווינס.










Comentários


bottom of page