מיטוואך פ' בלק • י"א תמוז תשפ"ד | בחצרות הקודש
הגה"צ אבד"ק סאטמאר ירושלים שליט"א וואס איז צוגאסט די טעג אין ארץ ישראל האט נעכטן באזוכט אין בית שמש ביים נייעם ביהמ"ד הגדול דחסידי סאטמאר אין שכונת קנה בושם אין שטאט, ווי די עסקנים האבן ארומגעוויזן דעם רב שליט"א וואס איז נושא בעול פון דעם גאר קאסטבארע בוי פראיעקט, דער רב איז ארומגעגאנגען אינעם גאנצן בנין אויף אלע שטאקן, דער היכל הביהמ"ד וואס וועט שוין זיין גרייט אויף דעם קומענדיגן שבת, די חדרי התפילה, און ביים מקוה טהרה וואו מען האט נישט לאנג צוריק געגאסן די יסודות. גלייכצייטיג ווערט געפלאנט א רייכע "שבת הבונים" דעם קומענדיגן חודש אב, וואו די רב שליט"א וועט ספעציעל קומען צו פארן און פראווען א שבת מיט די בוני הבית וואס האבן זיך אנגעשלאסן מיט סכומים הגונים למען הקמת הבית.
שפעטער אין טאג איז די רב שליט"א ארויסגעפארן קיין עיה"ק טבריה צום גרינדונג פון א הערליכע קהלה נאה וחסודה דחסידי סאטמאר, וואו מען גרייט זיך אויפצובויען א גיגאנטישער דירות פראיעקט פאר חסידי סאטמאר און אלע צרכי רוחני פון בתי מדרשים, און בניני המוסדות, דער רב איז ארומגעגאנגען מיט העסקן ר' אהרן עקשטיין הי"ו וואו מען האט זיך אומגעקוקט אויף די שטחים און איבערגענגען די פלענער פונעם פראיעקט.
Comments