מיטוואך פ' תזריע • ב' ניסן תשפ"ד | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: אחים לאנטשעווסקי
מיט איבערגיסענדע הרגשים פון שמחה שבח והודאה האבן אלופי אלפי חסידי באבוב נעכטן מיטגעהאלטן דעם היסטארישן מעמד אדיר ומפואר שמחת חנוכת הבנינים - ווען בשבת אחים גם יחד איז געפייערט געווארן די גרויסע און הייליגע מאמענטן אפצייכענענדיג די חנוכת הבית פון די צוויי פרעכטיגע און מאיסטעטישע בנינים פון די בני ציון און בנות ציון וואס איז אויפגעבויעט געווארן בעיר ואם בישראל בארא פארק, א פראיעקט וואס האט אפגעקאסט גאנצע 150 מיליאן דאללאר.
די מעמד איז פארגעקומען אויף א זעלטן רייכע פארנעם אין די ריזן ברוקלין נעיווי יארד, וואו טויזענטער חסידים זקנים עם נערים זענען געקומען צו פארן מרחוק ומקרוב מיטצוהאלטן אזא גרויסע געשעהניש און אפצייכענען היסטאריע בקורות הימים פון ממלכת בית באבוב. די מעמד איז געקרוינט געווארן מיט גרויס הצלחה, אנגעפירט דורך די מייסטער אראנזשירער ר' יוחי פליישמאן מיט די הילף וויליאמסבורג שומרים, וואס האבן מיט גרויס סוקסעס אנגעפירט די מעמד מתחילתה ועד סופה. צענדליגע באסעס זענען ארויסגעפארן פון אלע באבובע בתי מדרשים איבער גרעיטער ניו יארק און ניו דזשערזי, די ריזן זאל איז געווען הערליך צוגעגרייט מיט פילע טויזענטער זיץ פלעצער און אן עקסטערע שאטער מיט נאך זיבן הונדערט זיץ פלעצער וואו עס איז געוועהן צוגעגרייט די סעודת מצוה פאר די בחורי הישיבות. א גרויסער צוויי שטאקיגע בימת הכבוד איז אויפגעשטעלט געווארן לענגאויס די גאנצע ברייט פונעם זאל וואו עס זענען געזעצט געווארן די רבני ופני העדה. אזוי אויך איז געווען ספעציעלע דעזיגנירטע פלעצער פאר די גרעסערע תומכים, עסקנים, אישי ציבור און די געסט פון אויסלאנד.
ביים מעמד האבן מהנה געווען בשירה וזמרה א הערליכע ארקעסטרא אנגעפירט דורך די שירה קאפעליע אין שפיץ פון די בארימטע מלחין ר' ישראל אדלער פון ארץ ישראל און די בעל מנגן ר' מרדכי וואלף לאנדא. אזוי אויך האבן מהנה געווען א הערליכע קינדער כאר בני ציון היקרים. לכבוד די מעמד איז ספעציעל ערשינען לאור עולם א הערליכע און אינהאלטסרייכע ספר 'האלף לך שלמה' ליקוטי ענינים סיפורים והנהגות פונעם ראש בית אב הרה"ק בעל 'דברי שלמה' מבאבוב זצוק"ל. אזוי אויך איז ערשינען א הערלכע סי די אין די סעריע פון די בארימטע 'עת רקוד' פון פארצייטישע ניגונים לבית באבוב, מעשי ידיו להתפאר פון הרבני הנגיד ר' זלמן לייב בלויא הי"ו.
באלד ביים אנהייב פונעם מעמד בשעה 6:30 איז די גאנצע זאל שוין געווען איבערגעפילט מקצה אל קצה, און די עסקנים האבן צוגעלייגט נאך הונדערטער זיצן און פארציעס און א דערנעבענדיגע שאטער מחמת חוסר המקום. עס איז פארגעשטעלט געווארן א הארציגע פרעזענטאציע פון קורות הימים לבית באבוב על אדמת אמעריקע וואו הרה"ק בעל 'דברי שלמה' מבאבוב זי"ע האט ווידער איבערגעפלאנצט בית באבוב מיט מסירות נפש נפלאה און וואו די מלוכה ווערט היינט ווייטער נמשך בגאון ובעוז דורך בנו חביבו ממשיך דרכו כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א, באגלייט מיט הערליכע חרוזין געזינגען דורכ'ן בדחנא דמלכא לבית באבוב הרה"ח ר' זושא מאנדלבוים שליט"א.
מיט אן אויסערגעווענליכע התרוממות הנפש האבן די טויזענטער חסידים מקבל געווען את פני הקודש פונעם רועה נאמן כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א וואס איז ערשינען במלוא הדרו לקול תרועת השמחה, אינאיינעם מיטן בארימטע פילאנטראפ הטפסר המרומם ר' ישראל ענגלענדער הי"ו. ביים ערשיינען צום מעמד האט זיך די רב שליט"א באגריסט מיט די פילע רבנים אויפן אויבנאן, און ארויס אין א געהויבענעם ריקוד על מקום קדשו פאר עטליכע מינוט אפגעבנדיג א שבח והודאה לה'. די רב האט תיכף גענימען דאס ווארט און מיט קורצע ווערטער באגריסט די פארזאמלטע בברכת ברוכים הבאים בשם השם, און ארויסגעברענגט די געוואלדיגע תועלת פון די נייע בנינים ווי די קינדער וועלן קענען שטייגן במעלות רמות מיט גרויס הרחבת הדעת. דערנאך האט די רב אינאיינעם מיטן גאנצן ציבור פארגעזאגט עטליכע פרקי תהילים מיט אן אומבאשרייבליכע התעוררות לעורר רחמי שמים און אזא געהויבענע צייט. אינמיטן די אמירת תהלים, האט די רב מפסיק געוועהן, און מיט גרויס ווייטאג דערמאנט אז מ'דארף גרויס רחמים סיי אין ניו יארק מיט די גזירת החינוך און סיי אין ארץ ישראל מיט די גזירת גיוס און די מלחמה צושטאנד און אזוי אויך אין אלע אנדערע מדינות שטייען אויף רשעים על ה' ועל משיחו און מען דארף איינרייסן וועלטן לביטול רוע הגזירה.
די רב האט זיך געוואשן צום סעודה, און די יושב ראש המעמד הרב חיים ארי' ליפשיץ מרבני הקהילה ומגדולי תומכי המוסדות האט ווארעם באגריסט די פארזאמלטע און ספעציעל דערמאנט די צוויי עמודי התווך לבית באבוב צווישן דעם לגיון של מלך פון טויזנטער חסידים וועלכע האבן זיך געלאזט קאסטן שווערע געלטער, ה"ה הרבני הנגיד ר' ישראל ענגלענדער הי"ו און להבל"ח הרבני הנגיד ר' לייבל רובין ע"ה. דערביי האט ער אויפגערופן הנגיד ר' ישראל ענגלענדער איבערצוגעבן א דרשה און ארויסברענגן זיינע הרגשים ביי אזא מעמד. ר' ישראל האט ביי זיין קורצע דרשה ארויסגעברענגט די זכיה וואס ער האט צו שטיין לימין קדשו פון כ"ק אדמו"ר מבאבוב שלט"א און צו שטיצן די הייליגע באבוב'ע מוסדות בכל עת ועונה און שטארק משבח געווען זיין חשובע קאלעגע הבלתי נשכח ר' לייבל רובין ע"ה וואס אינאיינעם האבן זיי געהאט די זכיה אין זיין די עומדים בראש פון אלע פראיעקטן לכל קדשי בית באבוב. ער האט ארויסגעברענגט די שווערע הארעוואניע און כוחות עצומות וואס די רב שליט"א לייגט כסדר אריין אין די קהילה און די מוסדות און די נאנטשאפט וואס דער רב האט צו יעדער יחיד באזונדער אן אהבה רבה. צום שלוס האט ר' ישראל דערמאנט לשבח די בארימטע עסקן נלהב און ראש וראשון לכל קדשי בית באבוב הרה"ח ר' יחזקאל ראזענבערג הי"ו און דערביי איבערגעגעבן בשם כל הקהל א מתנת הוקרה א זילבערנע כוס של אליהו אלס הכרת הטוב פאר ר' יחזקאל פאר אלע זיינע לייסטונגען.
דערנאך האט העסקן הדגול ר' יואל ראזענפעלד אויסגערופן דעם חולקין כבוד למלכות און באגריסט אלע פאליטיקאנטן און ערוועלטע באאמטע און ארויפגערופן די מעיאר פון ניו יארק עריק עדעמס ירום הודו צו רעדן אפאר ווערטער. די מעיאר האט מיט קורצע ווערטער באגריסט דעם גרויסן טאג און דערמאנט די זעלטענע חינוך וואס כלל ישראט געבט אריין אין די קינדער און פארשפראכן צו שטיין ווייטער צו די האנט פון כלל ישראל בכל עת.
דערנאך האט די בארימטע תומך תורה הרבני הנגיד ר' בן ציון הייטנער הי"ו פון טאראנטא גענומען דאס ווארט, און צווישן אנדערע ארויסגעברענגט וואו ער זעהט אז די ברכות פונעם רב שליט"א באגלייט זיין הצלחה אין מסחר, און איבער זיינע הרגשים נעמענדיג א חלק אין מלכות בית באבוב. דערויף האט מען אויסגערופן איבער זיבעציג נדיבים בעם וואס האבן זיך אנגערופן מיט סכומים אדירים פון איבער א פערטל מיליאן דאללאר און זיי זענען אדורך אל מול פני הקודש מקבל זיין ברכת לחיים, און ערהאלטען א מתנה א הערליכע זילבערנע בעכער לכבוד פסח מידיו הקדושות פונעם רב שליט"א באגלייט מיט ווארימע ברכות, אזוי אויך האט די רב שליט"א איבערגעגעבן א ספעציעלע מתנת הוקרה פאר הרבני הנגיד ר' ישראל ענגלענדער.
א שטילקייט האט ארומגענומען דעם גאנצן זאל ווען מען האט צוגעטראטן צום קלימאקס פונעם געהויבענעם נאכט, ווען מען האט זוכה געווען צו הערן דברי אלקים חיים דברי ברכה והתחזקות פון כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א. די רב האט איבערגעגעבן גאר א שטארקע און יסודותדיגע שמועס בעניני חינוך הבנים והבנות און בויען בתי מקדש מעט שעתידים לקבוע בארץ ישראל. די רב האט מיט התרגשות באדאנקט אלע נדיבי בעם און די גאנצע ציבור וואס האבן זיך אנגעשלאסן מיט סכומים הגונים פאר די בנינים און ספעציעל דערמאנט לשבח עטליכע פון די גרעסערע נדיבים. די רב האט שטארק משבח געווען די נדיב בה"א הידוע כהן שדעתו יפה ר' ישראל ענגלענדער וואס האט כופל ומשלש געווען שיינע נתינות פאר דער פראיעקט אליין, בשעת וואס ער האט געגעבן פאר פולע אנדערע צוועקן. די רב האט אנגערופן ר' ישראל אלס דער עמוד התווך פון אלע באבובע מוסדות איבער די גארער וועלט במדה נפלאה שלא נשמע כמוהו, די רב האט זיך אויסגעדירקט אז ר' ישראל האט שוין דורכאויס די יאהרן ארויסגעגעבן א סכום עצום פון א ביליאן דאללאר פאר צדקה וואס איז א היסטארישע ציפער בעולם החסד. דערנאך איז די רב אריבער צום עת ספוד און דערמאנט זכרו פון די ידיד בית באבוב הבלתי נשכח הרבני הנגיד ר' לייבל רובין ע"ה וואס איז געווען די בריח התיכון פון אלע באבובע בנינים איבער די וועלט ובפרט די יעצטיגע בנינים ווי ער איז געווען א עושה ומעשה און געגעבן איינמאל און נאכאמאל. אזוי אויך האט די רב דערמאנט הנגידים ר' יענקל ריגער ר' בן ציון הייטנער ר' יוסף מייזעלס און ר' שאול וואלף וואס האט מנדב געווען די נייע תקנה זאל בבנין הת"ת און האט קורא שם געווען די זאל על שם אמו הרבנית מבאבוב ע"ה אהלי פריידא, די רב האט דערמאנט אז די עסקנים זיצן טאקע טעטיג אין די יעצטיגע טעג אויסצוארבעטן אלע פלענער פון די ביליגערע חתונה זאל על צד היותר טוב. די רב שליט"א האט ארויסגעברענגט אז ס'שווער צו דערמאנען כל אחד בשמו נעמנדיג אין באטראכט די פולע נדבנים און די איבער צוואנציג גדולי התומכים וואס האבן געגעבן איבער א מיליאן דאללער, און באדאנקט אלע עסקנים ובראשם העסקן ר' יחזקאל ראזענבערג, וואו די רב האט דערמאנט זיינע פולע פעולות לטובה ביי די קאראנע וויירוס ווען ר' יחזקאל האט געראטעוועט הונדערטער אידן ממות לחיים ממש און מסיים געווען בברכות לרוב פארן גאנצע ציבור.
דערנאך האט מען זיך ארויסגעלאזט אין פייערדיגע ריקודין של שמחה ווען די רב איז מעודד די ריקודין אויף א געהויבענעם פארנעם, אפגעבנדיג א שבח והודאה להשי"ת. די רב איז ארויס אין א באזונדערע ריקוד מיט ר' ישראל ענגלענדער. דערנאך האט די קינדער קאר פארגעזינגען הערליכע גראמען לכבוד המאורע. דאן זענען ארויפגעקומען די צווייטע חבורה פון נגידים בעם וואס האבן בייגעשטייערט פון הונדערט טויזענט דאללער און ארויף מקבל זיין ברכת לחיים פונעם רב שליט"א און מ'האט געבענטשט. די ציבור האט זיך ארויסגעלאזט אהיים מיט גאר ווארימע געפילען מיטלעבענדיג אזא היסטארישע און געהויבענע נאכט שעות של תענוג רוחני וואס וועט געדענקט ווערן אויף לאנגע יארן.
באותו זמן האבן זיך טויזענטער נשי באבוב צאמגענומען אין די ריזן זאלן פון די פאלאס אין בארא פארק איץ שפיץ פון הרבנית הצדיקת מבאבוב תליט"א וואו עס געווען צוגעשטעלט א סעודה פאר די נשים צדקניות זיך מיטצופרייען בשמחת הקהילה ווי מהאט מיגעהאלטען טייל פון די מעמד.
Comments