מונטאג פ' חקת בלק - ז' תמוז תשפ"ג | קול בחצרות
א התרגשות דקדושה נעמט ארום צענדליגער חסידי וויזניץ תומכים נכבדים פון די בארימטע קופת "להחזיקם ולהחיותם", זיך גרייטענדיג מיטצולעבן א היסטארישע שבת בצל הקודש פון מרן אדמו"ר מויזניץ שליט"א, א שבת בקרתא דשופריא, א געהויבענע שבת ביים כותל המערבי שריד בית מקדשינו, אשר משם לא זזה שכינה מעולם.
די היסטארישע שבת וועט געפראוועט ווערן אויף אן ערשטמאליגן פארנעם דעם קומענדיגן שבת קודש פרשת בלק, שבת איידער די ימי בין המצרים, אין די טעג וואס מען טוט קלאגן אויפן חורבן בית המקדש. די שבת טראגט א ספעציעלע באדייט, ווען מבואו ועד צאתו וועט דער געטרייער מנהיג העדה פון אלופי אלפי ישראל פראווענען אינעם הייליג ארט פון השראת השכינה, און דערהייבן דעם ציבור המשתתפים כשהמלך במסיבו מיט א געוואלדיגע נאנטשאפט צום אויבערשטן.
דער ויזניצער רבי שליט"א וועלכער איז באקאנט אלס אוהבן ולבן של ישראל, פירט אן די ברייט באקאנטע צדקה קאסע "להחזיקם ולהחיותם", ארויסצוהעלפן נויטבאדערפטיגע משפחות מיט לעבנסוויכטיגע פראדוקטן, די דאזיגע קאסע איז קרוב ללבו פונעם רבי'ן און דער רבי טראגט דאס על לוח לבו ארויסצוהעלפן אידישע קינדער בכל עת ועידן.
אצינד האט דער רבי באוויליגט צו פראווענען א היסטארישע שבת ביים כותל המערבי ספעציעל פאר די תומכי קופת להחזיקם ולהחיותם, ארויסציוויזן הכרת הטוב פאר די וואס שטייען לימין קדשו א גאנץ יאר. דער רבי וועט האבן די אכסניא אינעם פריוואטן לשכה פונעם רב הכותל הרב שמואל ראבינאוויטש, און דער גאנצער ציבור וועט מסודר ווערן מיט אכסניות אין די ארומיגע בנינים.
די געהויבענע מאמענטן וועלן זיך שוין אנהייבן דאנערשטאג ליל שישי מיט א פלאם פייערדיגע תפילת מעריב ברחבת הכותל המערבי, און די תפילות און טישן שבת קודש וועט פארקומען ביים כותל המערבי ברוב עם הדרת מלך.
די גאנצע שבת ווערט צוגעשטעלט דורך די בארימטע טיפ הפקות פראדאקשענס, און איז ערווארטעט צו זיין א גאר היסטארישע שבת בקורות ימי החסידות.
Comments