top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

אייגנארטיגע הכנסת ספר תורה צום נייעם בית החסידים אמשינוב אין צפת אין צייט פון נאכאנאנדע ראקעטן אטאקעס

זונטאג פ' נצבים - וילך • י"ט אלול תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילדער קרעידט: שוקי לרר

 

אן אייגנארטיגע חגיגה איז געפראוועט געווארן אין עיה"ק צפת ביים דאפעלטער חגיגה, די מעמד חנוכת הבית און הכנסת ספר תורה פארן נייעם 'בית החסידים אמשינוב' אין צפת, וואס איז אפגעראכטן געווארן מיט גרויס שמחה און עקסטאז אינעם נייעם פראכטפולן ביהמ"ד בעיר הקודש צפת אין שפיץ פון כ"ק אדמו"ר מאמשינוב שליט"א וועלכע איז ספעציעל ארויסגעקומען קיין צפת צו באשיינען די שמחה כפולה נאך א צייט אפשניט פון צענדליגע יאהרן וואס די רבי האט נישט באזוכט אין שטאט.


דאס קומט אין צייט וואס דער שטאט צפת און די ארומיגע שטעט אין צפון ארץ ישראל זענען אונטער נאכאנאנדע ראקעטן אטאקעס, בלויז עטליכע שעה בעפאר די מעמד איז די שטאט באטראפן געווארן פון א באראזש ראקעטן, לויט די הוראת קדשו פונעם רבי'ן שליט"א איז אבער די מעמד אנגעגאנגען ווי געפלאנט.


די תהלוכה לכבודה של תורה איז פארגעקומען אויפן אמשינובער שטייגער, אנגעהויבן ארום זיבן אזייגער צופרי בעלות הבוקר, די רבי שליט"א איז ערשינען בשעת די תהלוכה און באגלייט די ספר תורה אויף די צפת'ער געסערליך, עס איז געוועהן א מחזה הוד זענדיג ווי הונדערטער אידן טאנצן און פרייען זיך מיט בשמחת התורה טראץ די גאר פריע שעה, ווען די רבי שליט"א איז עומד על גבם און מעודד די ריקודין בנהירו עילאה מיט אן אויסטערלישע שמחה על פני קדשו. אנקומענדיג אינעם נייעם היכל הבית מדרש האבן די ריקודין פארגעזעצט ביתר שאת ועוז, ווי די רבי שליט"א איז געטאנצן אין א רינג מיט די מתפללי הבית מדרש, און דערנאך אפגעראכטן די הקפות אין צענטער פון היכל בדביקות עילאה, דאן האט מען פארגעזאגט די מזמורים און געליינט אין די נייע ספר תורה כנהוג.


עס האט נאכגעפאלגט מיט די סעודה לגומרה של תורה און חנוכת הבית אויף א רייכע פארנעם, בשעה 10:30 צופרי איז די רבי שליט"א ערשינען צום געהויבענעם מעמד, די רבי שליט"א האט טועם געווען פון די מאכלים, און מען האט געזינגען אודה און נאך זמירות כנהוג אין אמשינוב, דערנאך האט די רבי שליט"א געטרינקען לחיים, און די נדבני הספר תורה און די חשובע עסקנים זענען דורך וואונטשן לחיים, דאן האט די רבי געוונטשן לחיים פאר די רבנים חשובים און לכל העם הנאספים.


דערנאך האט די רבי שליט"א געזאגט תורה זייענדיג מקשר דעם מאורע פון מחנך זיין א בית מקדש מעט צום וואכעדיגע סדרה, אן אינטערסאנטע אינצידענט איז געוועהן בשעת די תורה ווען די ווארענונגס פייפערס האבן זיך ווידער צוקלינגען צו אלאמירן פון אריינפליענדע ראקעטן, די חסידים זענען אבער געבליבן אויסהערן די דברי אלוקים חיים נישט ווילנדיג פארפאסן קיין איין ווארט. נאך די דברות קודש איז די גאנצע ציבור דורך אל מול פני הקודש און די רבי האט פארטיילט פירות, ארום צוויי אזייגער נאכמיטאג האט זיך די רבי שליט"א צוריק געקערט לביתו נאווה קודש אין בית וגן, אנקומענדיג בפניא דמעלי שבתא געציילטע שעהן איידערן זמן כניסת השבת.

























































Comments


bottom of page