top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

גייסטרייכע שבת 'נכספה' מיט האד' מסלאנים פאר נגידים ותומכים בוני הביהמ"ד הגדול והחדש

מאנטאג פ' חוקת • ב' תמוז תשפ"ד | בחצרות הקודש

 

אין א העכערע גייסט האבן הונדערטער חסידי סלאנים נדיבים ותומכים מיגעהאלטן די וואך שבת אן ערשטמאליגע היסטארישע שבת 'נכספה', תוך אמוני עם סגולה אין שפיץ פון כ"ק אדמו"ר מסלאנים שליט"א וועלכער האט באוויליגט ארויסצופארן אויף א שבת מחוץ לעיר אינאיינעם מיט נגידים ותומכים, די חסידים ואוהדים וואס לאזן זיך קאסטן גרויסע סכומים פון דרייסיג טויזענט שקל און ארויף פארן גרויסן פראיעקט צו פארברייטערן און פארשענערן די סלאנימער בית המדרש הגדול אין בני ברק, בית מדרשו של רבי.


ווי שוין באריכטעט איז אונטערגענומען געווארן א מאסיווע פראיעקט אין סלאנים צו אויפבויען און פארברייטערן דאס בית המדרש הגדול, ספעציעלע מעמדים איז פארגעקומען פאר די אינגעלייט און בעלי בתים וואו די חסידים האבן זיך אונטערגענומען גרויסע סכומים צונויפצוברענגען די פינאנציעלע געברויך צו פאראויסרוקן דעם בוי פראיעקט. אצינד איז אפגעראכטן געווארן א היסטארישע שבת די וואך פרשת קרח ראש חודש תמוז, ווען דער רבי שליט"א איז צום ערשטן מאל ארויסגעפארן מחוץ לעיר אויף א געלט שבת, אין די פראכטפולע בית האלה האטעל בגלילות העיר בית שמש.


דער גייסטיגער אריינפיר צום שבת איז געוועהן שוין דעם ליל שישי ווען די רבי שליט"א איז אנגעקומען צום דענעבנדיגער שטאט בית שמש, און איבערגעבן א שיעור אין ספר הקדוש אור החיים אין ביהמ"ד המרכזי  דחסידי סלאנים, פרייטאג האט די רבי געדאווענט שחרית בבית מדרשו אין בית שמש און איז דערנאך ארויסגעפארן צום האטעל אויף שבת.


דורכאויס שבת האבן די משתתפי השבת געהאט די זכיה מיטצוהאלטן אלע תפילות, סעודות און עריכות השולחנות בצילא דמהימנותא כשהמלך במסיבו, ביי וועלכע אלע אנגעקניפטע חסידים האבן פארברענגט בדיבוק חברים און נתרומם געווארן בדברי תורה סיפורי צדיקים, זמירות שירות ותשבחות. דער שבת האט זיך געשלאסן מיט א ווארעמע חסידישע מלוה מלכה, אינאיינעם מיט א רייכע מעמד הכרת הטוב פאר די נדיבים ותומכים.



Comentarios


bottom of page